Skip to main content

Full text of "Harbsṭ lider"

See other formats


תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ 


60 .סא 


{פטאג ם 


0166 7 


2 


א ונאת) 8608 מפופסנצ,41,א41160א 


פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג, 


אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א 
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע 


60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413 


)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ 


עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא 
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ 


;צם פעפונצסעע ,לע 


4 1 01960ט) .ם 1006 1 

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ 
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 
8160 208 
06 +ז6ט10 
1ס1011110011 16/3008 151911160118 
0561 .כן /161 

1010111115/6 800 614 5001 
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא 
ז6116) 000 310615/1 8 1101 


{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8 


1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז 
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס 
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן 


פארלאג , סאָװועטסקי פּיסאטעל" 
מאָסקװוע. 1978 


פ(ממם)ס 
14 ת 


די דיכטערישע זעונגען פונעם אױסגעצײכנטן 
ייַדישן פּאָעט שיקע דריז (1908--1971) האָט זיך דער" 
נערט פון פארשיידענע קוואלן. בא אים װעט דער 

לייענער געפינען בילדער, װאָס זײַנען גענומען גע- 

װאָרן פון דער רעאלער װירקלעכקײַט, װי אויך ביל- 
דער, װאָס זײַנען אופגעקומען פוֹן זײַנע ראָמאנטישע 
טרוימען, 

אין דער דאָזיקער זאמלונג זײַנען אין גרונט איינ- 
געשלאָסן לידער, װאָס דער דיכטער האָט אָנגעשריבן 
אין די לעצטע יאָרן פון זײַן לעבן, 

כאראקטעריסטיש קימאט פאר אלע זײַנע װערק איז 
די אומדערווארטקײיט פונעם פארטראכט, די אומדער- 
ווארטע בילדערישקײַט, דער הארציקער ליריזם, װאָס 
פלעכט זיך אף א דינעם אויפן איבער מיטן דיכטערס 
בירגערלעכן פּאטאָס, | 


70403---970 
7 
7 אט‎ 78  * 


.ז 1978 , עמחסזםסחעח /460086108/4 80080ה1132841:6 0) 


לעװ אָזעראָװ 
שיקע דריז און זײַן דיכטונג 


ער איז געווען גראָו. אף דער גאס, אין שטוב, בא א געדעקטן 
טיש -- שטענדיק האָב איך געזען דעם דאָזיקן מענטשן א פארי 
קלערטן, א פארטיפטן אין זיך, מיר האָט זיך געדאכט, אז ער איז 
איינזאם, איך װאָלט כאשטאנען אף דער האשאָרע, ווען איך זאָל ניט 
געווען לייענען די ביכער פון שיקע דריזן, ניט געהאט געהערט זײַנע- 
דורכגעטראכטע און, װי מיר האָט זיך געדאכט, טרויעריקע פאָרלע- 
זונגען. איך זאָג , טרויעריקע", נאָר פּינקטלעכער װאָלט געווען זאָגן 
,מעלאָדישע", , זינגעוודיקע", װײַל אין גרונט פון דער שעפערישער 
מעטאָדיק פון דעם דאָזיקן מענטשן איז געלעגן די פאָלקסליד און די 
פאַלקס-פאָרשטעלונג וועגן לעבן, וועגן דער װעלט, 

שיקע דריוס לידער האָבן מיר באויזן, אז אף צו באשאפן זי 
איז נייטיק געווען, אז דער געדאנק זאָל קעסיידער ארבעטן, אז דער 
דיכטער זאָל שטענדיק אין זינען האָבן זײַנע פארטראכטן, און פארי 
טראכטן האָט ער געהאט א שלאל. זיי האָבן געשטויסן איינס דאָס 
אנדערע. וועגן דעם קאָן מען טײלװײַז מישפּעטן לויט דער שעפעי 
רישער יערושע זײַנער, דאָס הייסט לויט די פארווירקלעכטע פאר- 
טראכטן, לוט די ביכער, קליינע און גרויסע, לוט די דערינערונגען 
פון די מענטשן, װעלכע האָכן געקענט דעם פּאָעט, באגעגנט זיך 
מיט אים און, װי איך, אופמערקזאם און מיט אינטערעס געהערט 
אים, 

איין טייל פון דעם, װאָס דריז האָט אָנגעשריבן, געהערט דעם 


5 


דערוואקסענעם לייענער. דער צווייטער טייל איז אדרעסירט די קינ- 
דער, דעריקער די פאָרשוליקינדער, די פילצאָליקע און זייער דאנק- 
בארע לייענער, ריכטיקער געזאָגט -- צוהערער, װײַל צו זיי דערגייט 
דאָס װאָרט פונעם דערציערס מויל, פונעם מויל פון זייערע עלטערן, 
לויט דער אלגעמיינער אנערקענונג, האָט שיקע דרין צושטײער גע- 
בראכט אין דעם דאָזיקן ביז גאָר שווערן און נאָבעלן געביט פון דער 
ליטעראטור, אין דער ליטעראטור פאר פאָרשוליקינדער, זײַן באזונ- 
דערן אויצער און דאָ האָט דער דיכטער דעראָבערט זײַן באזונדער 
אָרט, װאָס געהערט בלויז אים. נאָר אויך דער דערוואקסענער לייע- 
נער געפינט באם דיכטער א גרויסן מאטעריאל אף צו דענקען. צו- 
ליב דעם, אז דער דאָזיקער אויצער זאָל באויזן ווערן און װערן 
אָפּנעשאצט, דארף מען פריער פאר אלץ ויסן, װאָס פאר א לעבן 
האָט דער דיכטער דורכגעמאכט. / 

שיקע דריז איז געבוירן געװאָרן דעם 16 מײַ 1908 יאָר אף אוק- 
ראינע, ניט װײַט פון ויניצע, אין שטעטל קראסנע. דער פאָטער 
זײַנער איזן געשטאָרבן מיט עטלעכע כאדאָשׂים פאר זײַן געבוירן 
ווערן. אָט פארװאָס ער האָט זיך דערצויגן באם זיידן. דער זיידע 
איז געווען א צינען-מײַסטער פון קעסלען, א באלמעלאָכע, וועלכער 
האָט געלעבט צװישן באלמעלאָכעס, צװישן מענטשן פון טאָגטעג- 
לעכער פּראצע, מענטשן מיט געניטע הענט. פון קלײגװײַן אָן אין 
שיקע דוייז פארקאָכט געווען אינעם קישעף פון די מענטשלעכע גאַל- 
דענע הענט. שפּעטער װעט דאָס פּאָעטיזירן פון פּראָפעסיעס וערן 
איינע פון די גרונטישטריכן אין דריזס שאפונג. ער װועט באזונגען א 
בעקער און א מוליער, א מוזיקאנט און א שנײַדער, ער װעט דערי 
ציילן, פּונקט װי דזשאני ראָדארי, ויַאזוי און מיט װאָס עס שמעקן 
פּראָפעסיעס, 

פון אָנפאנג האָט שיקע דריז זיך געלערנט בא א מעלאמעד, בא 
א מענטשן, װאָס האָט געקענט יידיש, דערנאָך האָט ער פארענדיקט 
די שׂול, װאָס האָט זיך געעפנט אין קראסנע. נאָכן פארענדיקן די 
שול איז ער אװעקגעפאָרן קיין קיעוו, װוּ ער איז ארײַנגעטראָטן אין 
א קונסט-ישול, אײנצײַטיק האָט ער געארבעט אפן באװוסטן זאװאָד 
;ארסענאל". דער מעכאבער פון די דאָזיקע שורעס האָט אויך געהאט 
די ערע צו ארבעטן אין די דרײַסיקער יאָרן אף דעם דאָזיקן לעגעג- 
דארן זאװאָד, די װענט פון וועלכן עס זײַנען צעלעכערט פון קוילן 


6 


פון די סאָנים פון דער רעװאָליוציע. אף דעם דאָזיקן זאװאָד האָבן 
מיר זיך מיט דריזן ניט באגעגנט, איך האָב א סאך שפּעטער זיך 
דערװוּסט, אז ער האָט דאָרט געארבעט. כ'האָב זיך אויך דערװוּסט, 
אז דער ארבעטער און קינסטלער האָבן זיך צונויפגעגאָסן אין שיקע 
דריזן, און די דאָזיקע צונויפשמעלצונג אין אָפּנעשפּיגלט געװאָרן 
אין זײַנע לידער און פּאָעמעס. 

געשריבן האָט ער זײַנע װערק אף ייִדיש, אף דער שפּראך פון 
זײַן זיידן, און פארפולקומט די שפּראך לוט פארשיידענע ביכער. 
די פאָלקסטימלעכע ייִדישע זינגעװדיקײַט, די מײַסעדיקײַט, פאנטא- 
סטישקײַט, דער בילדערישער געבוי פונעם לאָשן האָבן אָנגעפילט 
דעם דיכטערס נעשאָמע. דאָס אלץ האָט ער באהערשט, פארדײַעט 
אף אן אייגנארטיקן אויפן און אויך אייגנארטיק אויסגעדריקט. 

אין 1920 יאָר איז דערשינען זײַן ערשטע לידער-זאמלונג , ליכ- 
טיקע װאָר", און אין 1924-- די צווייטע זאמלונג ,שטאָלענער 
קויעך", אין דעם דאָזיקן יאָר האָט זיך אָנגעהויבן שיקע דריזס בלַי 
גרענעץ-דינסט אינעם אוקראינישן מיליטעריקרײז. דאָרט האָט ער 
געדינט פיל יאָרן, די גרויסע פאָטערלענדישע מילכאָמע האָט שיקע 
דריז געטראָפן אין דער זעלבער מיליטערישער בײַגרענעץיטײל, 

ביסלעכװײַז האָט אין דער נעשאָמע פונעם דיכטער זיך אָנגעי 
זאמלט לעבנסידערפארונג. אים האָט זיך געװאָלט שרײַבן און 
שרײַבן, נאָר פולשטענדיק זיך אָפּגעבן דער ארבעט איבער דער ליד 
איז ניט מעגלעך געווען. נאָך דעם, װי דריז האָט זיך אין 1947 יאָר 
דעמאָביליזירט, האָט ער געטעסעט מארמאָר, געקלעפּט, 

זײַנע געװױנהײַטן אלס קינסטלער און סאָלדאט, ארבעטער און 
דיכטער האָבן געפירט צו רײַפער שעפּערישקײַט. דאָס לעבן האָט 
דעם דיכטער ניט געבאלעװעט. ערשט אין 1960 יאָר, ס'חייסט אין 
דער עלטער פון העכער פופציק, האָט דריז װוידער אָנגעהויבן ארויס- 
לאָזן זײַנע ביכער אף יידיש און אין דער איבערזעצונג אֹף די 
שפּראכן פון די פעלקער פונעם סאָוועטנפארבאנד און אף אויסלענ- 
דישע שפּראכן. אף זײַנע טעקסטן שרײיבן קאָמפּאָזיטאָרן גערן מוזיק, 
לויט זײַנע פּיעסן זײַנען געמאכט געװאָרן מולטפילמען, און די טעא- 
טערן פאר קינדער האָבן באװויזן דעם ספּעקטאקל ,די זילבערנע 
קוזניע", וועלכע װערט געשטעלט ביז אצינד. זײַנע שורעס זײַנען, 
אומדערווארט פארן אװטאָר זעלבסט, ארײַן אין דער אנטאַלאָגיע פון 


7 


די בעסטע מײַסעישרײַבער פון דער װעלט. קורץ גערעדט--דער 
נאָמען פון דעם פּאָעט װערט ברייט באװוּסט, באזונדערס ווערט ער 
באוווסט און באליבט אין דער קינדער-אאודיטאָריע. דער פּאָעט 
האָט עס געפילט און געװוּסט. און ער אײלט זיך צו ענטפערן די 
לייענער מיט נײַע ביכער, אָבער פיל פון זײַנע פארטראכטן אין ניט 
באשערט געווען פארווירקלעכט צו וערן --- סהאָבן ניט געסטײַעט 
קיין יאָרן, ס'האָט זיך אָפּגערופן די שטענדיקע אָנגעשטרענגטקײט, 
דאָס שטענדיקע אינערלעכע פליער, די לאנגאָגיקע שלאפקײטן. 

דעם 14 פעווראל פון 1971 יאָר איז שיקע דריז געשטאַרבן. ער 
האָט אונדז איבערגעלאָזט אלס יערושע זײַנע הארציק-דורכדרינגעוו- 
דיקע װוערק, 

קעדיי צן שרײַבן וועגן דיכטער, דערלערנען אים, אין נייטיק 
ארלינדרינגען אין דעם לאנד פון זײַן שאפן. און ער האָט דאָס לאנד 
באשרינן מיט א באזונדער מין פרייד. דאָס דאָזיקע אומגעוויינלעכע 
לאנד איז דאָס לאנד פון זײַן קיגדהליט, 


דאָס הייליקע לאנד 
דאָס פילקאָליריקע, 


און די אופגאבע פונעם דיכטער איז װאָס לענגער פארהאלטן דעם 
מענטשן אין דעם דאָזיקן פריידיקן לאנד,. שמועסנדיק מיטן לייע- 
נער -- מיטן פּאָרשול-קינד, מיט זײַן קליינינקן פרײַנט, אין שיקע 
דריז קיינמאָל ניט סענטימענטאל, קײינמאָל סיוסיוקעט ער ניט -- ער 
קאָן ריידן מיט זײַן לייענער, זײַן פרײַנט הארציק, ערנסט, װי מיט 
זײַנס א גללײַכן, און די קינדער פון פאָרשוליעלטער פארשטייען אים 
מאָמענטאל, דערפאר זײַנען אזוי לאקאָניש זײַנע לידער, דערפאר 
זײַנען זיי פרײ פון אומנוצלעכער קאָמענטאטאַרישקײַט, דערפאר 
ווערט דאָס געוויינלעכע אין די דאָזיקע לידער אומגעווייגלעך און 
דאָס אומגעוויינלעכע ווערט רעאל, 

אוואדע איז דריז א ליריקער, נאָר זײַן ליריזם איז ניט צעפּלאָסן, 
ער איזן ארלינגענומען אין די ברעגן פון דערצײילערישקײַט. באזירנ- 
דיק זיך אפן ייִדישן פאָלקלאָר, אֹף די מײַסעס און מעשאַלים פון 
אנדערע פעלקער, האָט דריז פאנאנדערגעארבעט און ארלַנגעבראכט 
אין אונדזער ליטעראטור די לירישע דערצײלערישקײיט, דאָס מײַ- 
סעלע, ניט קיין דידאקטישס, אָן שום אָנדײַטן. װי מיט א פּונקטיר -- 


8 


דין און פארבײַגייענדיק איז אין לירישן גײַסט אָנגעמערקט דער סו- 
זשעט, דאָס איז גיט קיין סוזשעט אין אייגנטימלעכן פארשטאנד 
פונעם װאָרט, דאָס איז די דערווארטונג פונעם לייענער, אז עפּעס 
דארף געשען, נאָר װאָס, װען? דאָס קענען אָנפירן מיט אָט דער 
דערווארטונג פונעם לייענער, דאָס קענען שפּילן דערמיט, --אף דעם 
איז דריז א מײַסטער, 

דער בליק פונעם פּאָעט אין געװוענדט אף אלעמען, אף יעדן עלי 
טער פונעם מענטשן, לייענענדיק שיקע דריזס לידער, פילן מיר, וי 
באדינגלעך איז די גרענעץ פון זײַנע לידער פאר קינדער און די 
לידער פאר דערוואקסענע, 

די ליד , דאָס ייִנגל און דער בוים" באשטייט אינגאנצן פון צען 
שורעס, אין וועלכע עס דערציילט זיך, אן דאָס יינגל האָט געבעטן 
גאם בוים, ער זאָל אים געבן א באר, נאָר דער בוים האָט זיך צע- 
לאכט מיט אלע זײַנע כלעטער -- װוּ זאָל ער נעמען בארן, ער אין 
דאָך אן עפּלבױים, 


דו מײַן צװײַג ניט טשעפּע, 
בעסער בעט אן עפּל... 


אן אנדערער װאָלט פארבײַגעגאנגען דעם דאָזיקן געויינלעכן 
פאקט, װאָס א ייַנגל, שטייענדיק לעבן אן עפּלבױים, כעט אים שעג- 
קען א באר, נאָר באם דיכטער האָט דער דאָזיקער צופאל באקומען 
א סימבאַלישע אויסטײַטשונג. א מענטש דארף וואקסן, וויסגדיק, אז 
בא אן עפּלבױים דארף ער בעטן אן עפּל, כא א בארנבוים --א באר, 
ער דארף וויסן דעם באטײַט פון קעגנשטאנד און דעם טאָך פון דער 
דערשײַנונג. די דאָזיקע אויסערלעך געויינלעכע ליד באקומט, איך 
האָב ניט מוירע דאָס צו זאָגן, א פילאָסאָפישן געדאנק. זי פאָדערט 
ניט פונעם לייענער צו אנערקענען דאָס פילאָסאַפישע אין דער ליד, 
נאָר צוזאמען דערמיט איז דאָס דער עכטער טאָך. דער מענטש ווערט 
געבוירן, זעט די פילזײַטיקײַט פון דער װעלט און ער ויל צוווכן 
זײַנע נעמען פאר די זאכן, אָפּט פאלן זיך ניט צונויף די נעמען מיט 
די, מיט וועלכע עס רופן זיי אָן, געוויינלעך, די מענטשן, 

שפּעטער באהעפט זיך דער מענטש צו דעם אלגעמיין-אײַנגע- 
שטעלטן מענטשלעכן לאָשן, נאָר פּונקט וי פֹריֶער לייגט ער ארײַן 
אין די דאָזיקע ווערטער א פרישן, א נײַעם, בלוין אים פארשטענד"י 


9 


לעכן געדאנק, אָט דער דאָזיקער געפיל פאר דער שפּראך, װאָס אין 
הארמאָניש מיטן געפיל פון אופאסן די װועלט, דאָס הייסט דעם האר- 
מאָנישן גאנג פון דערשיינונגען, באגריפן, זאכן, װוערטער, ליגט דער 
טאָך פון דריזס פּאָעזיע. דער דיכטער לערנט ניט, אין געויינלעכן 
זין פון װאָרט, פארקערט, ער שטרליכט בעקיוון אונטער די אָפּװעזג- 
הײַט פון דידאקטיק און באלערעוודיקליט, זײַן אופגאבע אין אויס- 
מאָלן, באזונגען, אָבער אינדערעמעסן דינט זײַן מאָלערלל און אלץ, 
װאָס ער באזינגט, דער דערצלונג, 

בעהאדראָגעדיק געװווינט זיך צו דער מענטש, אז אין דער נאטור 
עקזיסטירט א באשטימטער סיידער, א געוויסע אָרדענונג, אז אלץ 
אין דער װעלט איז אײנהײַטלעך, אז אלץ צוזאמען דערנערט די 
פאָרשטעלונג פונעם מענטשן. און די פאָרשטעלונג פונעם מענטשן 
הייבט זיך אָן אנטוויקלען זייער פרי, אין אָנהייב פונעם לעבן, מיר 
ווילט זיך אפילע זאָגן, -- אין דער פארבײגייענדיקער שאָ. און אויס- 
וואקסנדיק, הייבט אָן דער מענטש פארשטיין, ויאזוי פון א פּראָסט 
ברעטעלע װערט א װונדערבאר פידעלע און ויאזוי דער מוזיקאנט 
קריגט ארויס פון דעם צויבערנדיקע קלאנגען. אָט די קענטעניש, ניט 
פּאָשעט דאָס פאנטאזירן אָפּגעריסן פון לעבן, נאָר שעפּן פארבן פאר 
דער פאנטאזיע אין דעם עכט רעאלן לעבן, האָט געלערנט שיקע 
דריז בא די קלאסיקער פון דער ייִדישער ליטעראטור, אופמערקזאם 
איז דריז געווען צו דער רוסישער דיכטונג און צו דער דיכטונג פון 
אלע פעלקער פונעם ראטנפארבאנד, באזונדערס האָט אים צוגעצויגן 
די פאָלקסישאפונג און די פאָלקסיכאָכמע, 

שיקע דריזס לידער האָבן פארינטערעסירט אזא מײַסטער פון דער 
ייִדישער ליטעראטור, װי לייב קװיטקאָ. ער האָט אונטערגעהאלטן 
דעם דאָזיקן פּאָעט און זײַנע לידער. אָט די צויי דיכטער-- ליב 
קוויטקאָ און שיקע דריז -- האָט דערנעענטערט די שטרעבונג אלץ 
צוֹ מאכן לעבעדיק, אלץ ,פארמענטשלעכן", װי עס האָט געזאָגט 
בלאָק. זיי האָבן געװאָלט, אן דאָס פארמענטשלעכטע זאָל זײַן 
ווארעם און גוט. פון די רוסישע פּאָעטן אין, לוט מײַן פאר- 
שטאנד, דריז נעענטער צו מיכאלל סװעטלאָװון. ס'איז אינטערעסאנט, 
װאָס דער אװוטאָר פון , גרענאדע? האָט אִין דער פאָרעדע צוֹ די 
,שטערנדיקע שנײַדער" פון שיקע דריז געשריבן: ,ער קאָן גאָר אף 


10 


א נײַעם אויפן באװײַזן גוט באקענטע זאכן, און זיי לעבן אוף, ווערן 
אונדזערע גוטע פרײַנט, ציִען אונדז ארלַן אין כיטרע שפּילן?, 

צוזאמען דערמיט האָט דריז געהאט פיל לערער, די נעמען פון 
וועלכע ס'איז שווער איבערצורעכענען, אָנצורופן. קאָן דען א בין 
אויסרעכענען די בלומען, פון וועלכע זי האָט צונויפגעזאמלט האַניק? 
אזוי קאָן דער דיכטער, װאָס האָט געלעבט מיטן פאָלק, ניט זאָגן, 
ווען און װוּ ער האָט צונויפגעזאמלט דעם האַניק פון דער פאָלקס- 
כאָכמע,. שיקע דריזן האָבן געהאָלפן א סאך: די דערינערונגען פונעם 
זיידן דעם באלמעלאָכע, די מײַסעס און מעשאָלים פון די שכיינים, 
די ליד, וועלכע עס האָט געזונגען די מאמע, דער שארפזיניקער 
װערטלזאָגער און פאָלקסילעץ הערשעלע אָסטראָפּאָליער, דער ביי 
טערער שמייכל פון שאָלעסיאלייכעמען, די שאָטלענדישע ניגונים 
פון ראָכערט בערנס און די בלאָנדזשענדיקע סוזשעטן וועגן די כע- 
לעמער כאכאָמים, 

אויסרעכענען נעמען װאָלט מען געקענט אָן א שיר, װײַל דער 
דיכטער האָט דאָס גאנצע לעבן געקליבן דעם האָניק פון כאָכמע, 
דאָס גאנצע לעבן זיך געלערנט און דאָס גאנצע לעבן זיך געקליבן 
באשאפן זײַן הויפּט-בוך. מיט דעם אין פול געווען דער זײַן פון 
שיקע דריזן,. אלע נעמען, וועלכע זײַנען דאָ אָנגערופן געװאָרן און 
ניט אָנגערופן געװאָרן, גיסן זיך צונויף אינעם באגריף פאָלק. דאָס 
פאָלק איז דער קוואל, דער באָדן, דער גרונט, דאָס, װאָס שטילט 
דעם דאָרשט, אף וועלכן עס ואקסן אויס די גאָלדענע זאנגען, װוּ 
עס רוט דער קויעךיהאדימיען, 

מוזיק, זאָנט גלינקא, פארפאסט דאָס פאָלק, דער קאָמפּאַזיטאָר 
אראנזשירירט זי בלויז. פּונקט אזוי האָט לאנג און אופמערקזאם זיך 
אײַנגעהערט אין דער הארציקער װאָרטימוזיק פונעם פאָלק שיקע 
דריז, קעדיי טאלאנטירט, קלוג און מיט קענטעניש זי באארבעטןן, 
צוגעבן גלאנץ דעם דימענט, װאָס דאָס פאָלק האָט באשאפן אין 
דאָס דען ניט קיין מײַסטערישקײַטל? 

דער דיכטער טרוימט ,ניט פאָרן פארן אָרקעסטער, נאָר טאנצן 
פאר אים". טראכט זיך אײַן אין דער דאָזיקער פילדײַטיקער פראזע! 
שיקע דריז גיט זיך אָפּ דעם געפיל, פארווירקלעכט דאָס ניט פאר- 
ווירקלעכטע, דאָס געגארטע װוערט רעאל: די געקוילעטע גאנדן בא- 
דארף נעמען פאָכן מיט די פליגל (באדארף!), אין דעם אויסגע- 


11 


טריקנטן ריטשקעלע באדארף זיך פּליוסקען דאָס פישעלע (באדארף!), 
וי אומיטלבאר קינדעריש דאָס איז! נאָר דאפקע אין דער דאָזיקער 
קינדערשער אומיטלבארקײַט, װאָס אין איבערגעגעבן מיט די ליפן 
פון דעם קלוגן מײַסעידערציילער, נעסטעט זיך דער וװונדער פון 
שיקע דריזס דיכטונג, 

בא דריזן איז איבער אלץ די זון -- די ווארעמקײַט פון לעבן, 
די גוטסקליט. די זון איז אומעטום: אף די מעשענע קנעפּלעך פונעם 
בריווטרעגער, פונעם שלאכטמאן, אלַזנבאנער, זי כאפּט זיך ארײַן 
אין דער נעץ, זי ברענט אפן סאמאָוואר. ניט נאָר די זון, נאָר אלץ, 
װאָס קאָן דערווארעמען דאָס מענטשלעכע לעבן, וערט דער העלד 
פון שיקע דריזס ליד, דער פּיאָנערישער טרומייט, װאָס הייבט אָן 
קלינגען איבער דער וועלט אין די הענט פון פּיאָנער, שפּארט זיך 
אָן אין הימל, אין דער זון. װאָס פארײיניקט דעם הימל מיט דער 
ערד? דער טרוים, דאָס מײַסעלע. און טאקע דער טרוים און דאָס 
מײַסעדיקע ליגן אין גרונט פון דריזס לידער, װעלכער האָט גע- 
שטרעכט אפילע דעם טויטן שטיין לעבעדיק מאכן. בא דריזן דער-י 
ציילט דער שטיין, וויפל יאָר ער איזן אלט. געוויינלעכע שיך, לאָזט 
זיך אויס, זײַנען וויכטיקער פארן מענטשן, װי א קארעטע מיט רע- 
דער, אין קעסטל מיט אקווארעליפארב געפינט זיך אן אויצער, אין 
וועלכן עס איז פארבאָרגן די גאנצע שײינקַט פון דער ערד, דער 
פּראכט פונעם היימלאנד, 

ער האָט געשליפן די שורע. דאָס האָט געפּאָדערט קענטעניש, 
געדולד און צענדליקער יאָרן. די ליד בא דריזן אין פּראָסט, נאָר 
פּראָסטקײַט פארמאָגט איר טיפּקײַט, די טיפקײַט פון אופאסן דאָס 
לעבן, דעם מענטש, זײַן נעשאָמע. שיקע דריזס ליד אין מעלאָדיש, 
עס װילט זיך זי זינגען. די דאָזיקע ליך האָט איסגעטעסעט א 
מײַסטער טאָג נאָך טאָג, נאכט נאָך נאכט, 

וויפל זײַנען אָנגעשׂריבן לידער און דערציילונגען וועגן דעם, 
וי קינדער שפּילן זיך אין באהעלטערלעך! וויפל אין אָנגעשריבן 
געװאָרן װועגן דעם פריילעכע, אינטערעסאנטע, קאָמישׂע און פאר- 
כאפּנדיקע געשיכטעס! און אָט האָט איר וידער באהעלטערלעך, 
פאנטאסטישע. שיקע דריז דערציילט, אן קיגדװײַז, שפּילנדיק מיט 
זײַנע פרײַנט, האָט ער זיך באהאלטן הינטער א בוים. מע האָט אים 
באדארפט געפינען, נאָר זײַנע פרײַנט זײַנען פארבײַגעלאָפֿן, זֵי 


12 


האָבן פארגעסן אין אים. דער דאָזיקער צופאל װערט פארוואנדלט 
אין א סימבאָל, די פרײינט, װי עס האָט זיך ארויסגעויזן, זײַנען 
געווען גלײַכגילטיק צו אים, װאָס האָט זיך באהאלטן הינטערן בוים, 
און ער האָט פאָרגעזעצט ווארטן אף זיי--- און וויפל מיינט איר? 
צען מינוט, א האלבע שאָ, א שאָ? ניין, דאָס גאנצע לעבן. זי האָבן 
אים געפונען, נאָר דאן, ווען ער איז שוין געווען באערדיקט, גע- 
פונען אים און אוועקגעלייגט בלומען צו די פיס. א ציקאווע צופאל, 
נאַר א טרויעריקער, וועלכן דער דיכטער האָט ארויסגעכאפּט פונעם 
לעבן און דערהויבן ביז א סימבאָל, 

יאָ, שיקע דריזס הארציקע דיכטונג ברענגט אונדז ניט נאָר קיין 
פרייד --- זי צווינגט זיך פארטראכטן אף פיל שווערע פראגן ניט נאַר 
דאָס קינד, דאָס קינד פון פאָרשוליעלטער, נאָר דעם גראָוו געװאָי 
רענעם טשאבאן אָדער אקאדעמיקער, 

דער דיכטער בייגט זיך אָן צום קינד פונקט אזוי, וי צו דעם 
געניטן קלוגן זאָקן, און זיי פארשטייען דעם דיכטער, זײַנען בא" 
צויבערט פון זײַן ליד -- יעדערער אף זײַן אויפן, 

שיקע דריז קאָן זײַן איבערצליגעוודיק אין זײַן פרייד, אין זײַן 
מאזשאָר, אין זײַן לעבנסיבאשטעטיקונג, 


כאָטש מע האָט א האלבע וועלט 
מיט מליַן בלוט פארגאָסן, 
הונדערט מאָל געהארגעט מיך 
און טויזנט מאָל געשאָסן --- 
דאָך האָט ניט גענומען מיך 
קיין פײַער און קיין שווערד, 
און אָט-אָ, וי איר זעט מיך, 
וואקס איך אף דער ערד -- 
א הויכער בוים, 

א שיינער בוים, 

א שטארקער בוים! 


אָפּט שטעלט זיך מיר פאָר שיקע דריז, װי ער גייט פארגאכט 
אָדער באנאכט מיט א לאמטערן אין די הענט, ער באלײַכט דעם 
וועג פון זײַנע לייענער, װאָס גייען באנאנד מיט אים און נאַך אים, 
און עס דוכט זיך, אז ער זאָגט צו זיי: שרעק זיך ניט, גי געוואג- 
טער איבערן לעבן! דו װעסט ניט פארבלײַבן אומבאמערקט, דײַנע 
פרײַנט װעלן דיך ניט פארבײַגיין, ניט דעמלט וען דו שפּילסט זיך 


13 


אין באהעלטערלעך, ניט דעמלט, ווען דו גייסט מיט זיי אין שלאכט, 
ניט דעמלט, ווען דוֹ גייסט אף דער ארבעט, 


פארענדיקנדיק דאָס פאָרװאָרט צו שיקע דריזס בוך ,דער פריי- 
לעכער בעקער", האָט דער באװוּסטער שרײַבער לעוו קאסיל גע-י 
שריבן: ,זאָל יעדערער פון אײַך אױיסקלײַבן דאָס, װאָס אים געפעלט, 
דאָס, װאָס איזן אֹף זײַן געשמאק, דאָס, װאָס אין אים צוגענגלעך, 
לויטן עלטער, װעט איר, איבערלייענענדיק די דאָזיקע לידער, זאָגן 
א דאנק דעם דיכטער? 

,א דאנק? אין ניט אומבאדינגט צו זאָגן אֹף א קאָל, ויכטיק 
איז, איבערלייענענדיק די ביכער פון שיקע דריז, דערפילן א דאנק- 
בארקײַט צו דעם, װאָס האָט זיי באשאפן, דערפאר, װאָס ער האָט 
געקאָגט דעם לייענער ארײַנפירן ניט נאָר אין זײַן וועלט, נאָר אין 
דער סאמע גרויסער וועלט, אין דער װעלט ניט נאָר פון פאָרשטע- 
לונג, נאָר אין דער רעאלער ועלט. 

שיקע דריזס לידער, -- וי מיכאיל סװעטלאָוו האָט געזאָגט, -- 
,װועל! ווערן ניט קיין געסט אף אײַער ביכער-פּאָליצע, נאָר די 
באלעבאטים", 

די פארשיידנארטיקע װעלט פון שיקע דריזן אין גיט שטענדיק 
קיין פריילעכע וועלט. דער דיכטער איז אויך אמאָל טרויעריק, נאָר 
דערפאר קײנמאָל ניט לאנגװײַליק, דערפאר װײַל ער אין שטענדיק 
פארנומען מיט וויכטיקע איניאָנים, ער אײַלט זיך צו זײַנע פרײַנט,. 
און די פױײַנט ווארטן אף אים, דער פּאָעט און זײַן פּאָעזיע נעמען 
אָנטײל אין אונדזערע איניאָנים און געשעענישן, דאָס לעבן פונעם 
מענטשן איז קורץ, נאָר די דיכטונג פארלענגערט דאָס דאָזיקע לעבן. 

אן עמעסער טאלאנט פארנעמט קינמאָל ניט קיין פרעמד אָרט 
אונטער דער זון. ער האָט שטענדיק זײַן אייגן אָרט, און דאָס דאָזי- 
קע אָרט קאָן קיינער ניט פארנעמען, אין דער אומפארבײַטלעכקײַט 
פון קינסטלער מאקעטירט די מענטשהײַט די אומפארבײטלעכקײַט 
פון יעדן מענטשן, 

דער דיכטער איז ניטאָ צװישן אונדז, נאָר זײַן געשפּרעך מיט 
אונדז ווערט פאָרגעזעצט, און דאָס איז געזעצמעסיק, װײַל אזא אין 
דער טאָך פון פּאָעזיע, פונעם פּאָעטישן װאָרט, װאָס מאכט דעם 
געדאנק, דעם פארטראכט, דעם טאט פונעם מענטשן אומשטערבלעך. 


1* 


די ערד איז שיין 


כ'האָב געווארט אֹף אים א שאָ, 
נאָר מײַן כאווער אין ניטאָ, 


קיינער ווייסט ניט, קורץ גערעדט, 


ווען ס'וועט קומען דער פּאָעט, 
בא זײַן שמאָלן בעטל 

ליגט פּאפּיר א בלעטל, 

א פארשניצטער בלײַער, 

א ציגײַער, 

נעם איך זיך פארצלען 

מיט א רויך א גרינעם, 
ווערט דאָס שמאָלע בעטל 
און די שטוב אנטרינען, 
פּלוצעם קלינגט דער זייגער פיר, 
כ'נעם פון טישל זײַן פּאפּיר, 
לאָזט זיך אויס, 

מײַן פרײַנט 

האָט הײַנט 

אין אָװונט צי באנאכט 

א כעזשבן זיך געמאכט, 

א כעזשבנדל א קליינס -- 
איינס; 

באזוכן דעם מוזיי, 

צוויי; 

קויפן צוקער, 


17 


קויפן טיי, 

אין ביבליאָטעק -- װאָס גיכער -- 
כאפּן א פּאָר ביכער, 
און דערנאָך 

צום שוסטער לויפן 
אָפּנעמען די שיך.. 

װײַל די ערד איז גרויס, 
װײַל די ערד איז שיין 
וויל ער איבער איר 
נאָך גיין 

און גיין און גיין, 


אײַך, מענטשן 


כאָטש איך האָב קיין דראטווע 

און קיין פּיצל לעדער, 

ניט קיין פּאפּ און ניט קיין פלעקל, 
כוץ א טינט און פעדער, --- | 
דאָך װאָלט איך, דאָך װאָלט איך 
גענומען מײין קאיאָר, - 
און אופגענייט איך װאָלט פון אים 
מעשטעלעך א פּאַר. 


זאָל א קינד, װאָס קאַן שוין גיין 
און קאָן שוין עפּעס זאָגן, 

אף די ליפּן מײַן גוטמאָרגן 

אלַך אנטקעגנטראָגן, 


כאָטש איך האָב קיין שערל, 
װאָס האָט די װוערט א דרײַער, 

ניט קיין ציץ און ניט קיין פאָדעם, 
כוץ א שטיקל בלײַער, -- 

דאָך װאָלט איך, דאָך װאָלט איך 
קיין רעגע ניט געטראכט, 

פאר דעם קליינווארג פון מײַן טאָג 
קאָפטעלעך געמאכט, 


19 


זאָל א מאמע שוין איגיינעם 
מיט איר קינד געבענטשטן 
אף די הענט ארומטראָגן 
מײַן גוטהעלף פאר מענטשן, 


כאָטש כ'האָב ניט קיין װאָלנס, 
װאָס זאָל אף עפּעס טויגן, 

ניט קיין זײַד און ניט קיין פּליוש, 
כוץ פּאפּיר א בויגן, --- 

דאָך װאָלט איך, דאָך װאָלט איך 
גענומען מײַן פארנאכט 

און פון אים א טשיפּעקל, 

א ציאצקעלע געמאכט, 


זאָלן קינדער שוין אין פריידן, 
אין דער װײַט צי נאָענט, 
שטענדיק אײַך אנטקעגנטראָגן 
מײַן הארציקן גוט-אָװוגט, 


160 


באם סאמע דניעפּער 


אף פּאָדאָל, 

באם סאמע דגיעפּער, 

בענקט א מאמע נאָך איר זון; 
ליבער כאווער, 

פאָרסט קיין קיעוו, 

קלאפּ איר דאָרט אין פענצטער אַן. 
זאָג איר גאָרניט, 

װאָס איז ווערטער... 

מאך פּאמעלעך צו די טיר, 

עס און טרינק 

מײַן וועטשערע, 


װאָס שטייט דאָרט אָנגעגרײט פאר מיר, 


שפּאר זיך צו 

אף מײַנע קישן, 

לעש ניט אויס די קארגע שײַן 
און מיט מײַנע אויגן, כאווער, 
קוק זיך אין איר פּאָנעם אײַן. 
פון יעדער רינוועלע, 

פון יעדער קגייטשל 

װעט רינען לױיטערקליט, 

וועט שײַנען גליק, 

ווען ס'וועט זיך איר דאכטן, 

אז דאָס בין איך געקומען 

מיט פינף און דרליסיק יאָר צוריק, 


21 


שוין אָנגעזונגען זיך מיט לידער, 

בא אלע פאָרהענגלעך געווען, 

שוין אויסגעמאָסטן אלע שטעגן 

און ניט נאָר איין מאָל --א מאָל צען. 
פון גליק א מידער, דרייט דער קאַפּ זיך 
מיט שײַן לעװאַניקער באצירט -- 

שוין אלע מיידלעך צוֹ די גאנעקעס, 
צו די טרעפּלעך אָפּגעפירט, 

שוין אלע שטערן אוסגעלאָשן 

און ס'האלט שוין ערגעץ בא קאיאָר, 
נאָר מײַן מאמע דאָס אויג פארמאכט ניט-- 
שוין גאנצע פינף און דרליסיק יאָר, 

זאָג איר גאָרניט, װאָס איזן ווערטער.. 
גיב קיין גרוס פון מיר ניט אָפּ.-- 

פאר איר בין איך סליווי געבליבן 

א נאריש קינד מיט א גראָוון קאָפּ, 


/ 95 


מײַן קאָפּ איז גראָוו.. 
שמועל האלקינען 


מײַן קאָפּ איז גראָוו, 

דער אקסל מיד, 

נאָר ניט אױיסגעװעפּט 

אין הארץ מײַנעם די ליד.. 


װאָלט איך אָנהייבן 

פון אָנהײיב אלץ געקענט, 
װאָלט איך אויסגעשטרעקט 
צום הימל מײַנע העגט -- 


און געלאָפן, 

און געשפּילט זיך, 
וי א קינד, 

מיט דעם האָגל, 
מיט דעם רעגן, 
מיט דעם ווינט, 


דער קאָפּ איז גראָוו, 
דער אקסל מיד, 

נאָר ניט אױסגעװעפּט 
אין הארץ מײַנעם די ליד, 


װאָלט מיר אָנהייבן 
פון אָנהייב זײַן באשערט, 


23 


װאָלט איך נעמען 
אף די הענט מײַנע די ערד-- 


מיט די וויכערס, 
מיט די זליוועס, 
מיט דער קעלט, 
כ'האָב א כעזשבן 
נאָך א גרויסן 
מיט דער וועלט, 


נאָך ניט אויסגעשעפּט 
מײַן טיפער יאֹם מיט לייך, 
נאָך גיט אָנגעפילט 

מײַן פינגערהוט מיט פרייד., 


דער קאָפּ איז גראָו, 

דער אקסל מיד, 

נאָך ניט אויסגעשאלט, 

ניט אױיסגעשפּילט מײיַן ליד, 


לענינס זייגערל 


איינער א זייגערמאכער, דערוויסנדיק זיך, אז 
לענינס זייגערל איז קאליע געװאָרן, האָט זיך 
געװענדט אין צק פון דער פּארטײ, מע זאָל 
אים דערלױבן צורעכט מאכן דאָס זייגערל. 


פון צײַטונגען 


-- זייגערמאכער, זייגערמאכער, 
שלאָפסט ניט דורך די נעכט, 
זאָג אונדז, וועמעס זייגערל 
מאכסטו דאָרט צורעכט? 


-- מײַנס און דײַנס און אלעמענס, 
דער שוועסטערס און דעם ברודערס, 
דעם דאָקטערס און דעם גלעזערס, 
דעם סטאָליערס און דעם שמידערס. 


-- זייגערמאכער, זייגערמאכער, 
מיר כאלעשן צוֹ הערן, 
וועמען וועט דאָס זייגערל 

דאָס טײַערע געהערן? 


-- דיר און מיר, און יעדערן, 
דעם לערער דעם באװוסטן, 


29 


דעם שלאָסער און דעם טאָקער, 
דעם שנײַדער און דעם שוסטער, 


--- זייגערמאכער, זייגערמאכער, 
עפשער קאָנסטן זאָגן; 

ווער זשע װעט דאָס זייגערל 
שטענדיק בא זיך טראָגן? 


-- גייט שוֹין, גייט שוין, פּעמפּיקעס, 
גייט שוין, גייט שוין, זניקעס, 

נו, פארשטייט זיך, איך און איר -- 
| אלע באָלשעװיקעס+ - 


אין לענין-סקווער 


-קינדער-געפּילדער, 
פייגליגעשריי, . 

אין שאָטן באהאלטן 
אן אינדזעלע שגיי, 


א טשאטע מיט װײַסע, 
מיט ווארעמע טויבן, 
פון לענינס האנט 

זיך אופגעהויבן, 


זיי מאכן א קרליז 
און ווידער אהער. 
פרילינג און פרידן 
אין לענין-יסקווער. 


27 


װוּ איז אונדזער יאם 


דאָס האָב איך אים, אפּאָנעם, איבערגעגאָסן, 
דעם יאם דעם גרויסן 

אין די אויגן מײַנע-- 

מיט אלע זײַנע אָפּנעשטאָרבענע פּערל, 


זײַנע צעריסענע בײַטשעלעך מיט קרעלן, 
און קוישן פארלאָשענע שטערן.. 


און גי ארום אצינדער איבער דער וועלט 
מיט א יאם -- געזאלצענע טרערן, 

און דער צאר שטורעמט און ווייטעקט 
אין מײַנע שווארצאפּלען! 


28 


דער בוים אינעם וואלד 

און אין פעלד אונדזער ברויט 
האָבן געהיט מיך 

פון אומגליק און טויט, 


דער ווינט פלעג מיר שעפּטשען: 
איבער דעם שֹׁניי 

דײַן טראָט פארן סוינע 
פארגלעטן איך גיי! 


בין איך געגאנגען 

און געקומען אהין, 

| אין דער װויסטער און פינצטערער 
הױפּטשטאָט בערלין, 


און פון דאָרט, פון סויגע, 
נאָכן זיגרײַכן שלאכט 
צוויי ייִדישע זאכן 
אהיים מיר געבראכט, 


איז נא דיר דאָס טיכל 

און מיר גיב די פלאש, 
דערלאנג מיר דעם בעכער, 
װאָס ליגט אין מײַן טאש. 


29 


און זאָל אונדזער סוינע 
זיך עקן און פּלאָגן, 

און מיר, מײַן באשערטע, 
װעלן זיך מאזלטאָוו זאָגן! 


*פ 


אוי, מאמע, מאמע!. 


ווען א מאמע שמייבלט, 
קושן זיך די שטערן. 
טויטע שטיינער הייבן אָן 
לעבעדיק צו ווערן, - 


ווען א מאמע שמייכלט.., 


ווען א מאמע לאכט, - 
ווערן גראָווע ייִנגער, 
ווערט דאָס פּעקל צאָרעס 
אף דער פּלייצע גרינגער, 


ווען א מאמע לאכט.. 

ווען א מאמע וויינט 

(גאָט זאָל אונדז ניט שטראָפן), 
ווען א מאמע וויינט, 

טאָרן די קינדער גיט שלאָפן, 


ווען א מאמע ווייגט.., 


31 


קנופּן 


זינט כ'האָב צום ערשטן מאָל 
מײַנע שטיוועלעך אָנגעמאָסטן, 
מאך איך קנופּן אף די בענדלעך--- 
קנופּן, וי די קנאָספּן, 


כ'האָב זיך אײַנגערעדט, 
כ'האָב זיך פירגענומען, 
אז אָט-אָט פון די קנופּן 
װעלן ווערן בלומען, 


יאָגן די יאָרן -- ווער מיר בלומען! 
די שטיוועלעך צעשינדן.. 

ניין, כ'וויל שוין גאָרניט -- 

די קנופּן כאָטש צעבינדן, 


2--8 


וויי איזן דעם שליסל 


טיף אין דער נאכט, 

סאָף כוידעש ניסן, 

וװעקט מיך אוף 

א קרישטאָלענער שליסל: 


-- דיכטער, זײַ גיט 
אזוי באשיידןז 
נעם, נארעלע, 
שליס אוף דעם גאניידן, 


טו איך אזוי, 
וי דעם שליסל זיך גלוסט, 


נאָר... וויי איז דעם שליסל -- 


דער גאניידן איז פּוסט! 


23 


װאָס הייסט מילכאָמע 


זיידע, װאָס הייסט מילכאָמע, --- 
פרעגט מײַן אייניק, 

-- בעסער, קינד מײַנס, 

טו א פרעג בא די טויבן, 
שווארצע טויבן ווערן װײַס, 
װײַטע ווערן שווארץ, 

וועלן זיי דיר ענטפערן, 

אָט זיי מעגסטו גלויבן, 


34 


טיכעלעך 


וועבערן, װאָס וועבסטו? 
דײַנע אויגן שוין קאליע, 
--א סאָלדאטיש העמדל וועב איך, 
ווונדישנירן פון מארליע, 


וועבערן, װאָס וועבסטו, 

דו קענסט מיר ניט דערקלערן? 
--א טיכעלע וועב איך 

אף אויסװישן די טרערן, 


35 


קווייטן 


פאר די, װאָס פאָרן שוין אוועק, 
פאר די, װאָס דארפן ערשט קומען, 
האָט די מאמע-ערד אױיסגעכאָװעט 
װײַסע, בלויע און רויטע בלומען, 


מיט פּערל-טױי באפּערלט זיי, 
מיט כיין-פּינטעלעך באפּינטלט, 
מיט רעגנדלעך בארעננט זיי, 
מיט ווינטעלעך באווינטלט, 


איינעם געפעלן די בלומען, 

א צווייטן -- די שטעכלקעס גראָד. 
טאקע! דער צווייטער, אפּאָנעם, 
דערפונדן האָט שטעכל-דראָט, 


די מוטער 


בא איינער א מוטער 

פון קינדער פון זויבערע פיר 
זיגעהאנגען א קעסטל 

פאר בריוו אף דער טיר, 


דרײַ מאָל א טאָג 

האָט די מוטער די גראָוע 
געלעכצט בא דעם קעסטל 
א בריוו אף האנאָע. 


און הענגען פלעגט בלײַבן 
איר האנט, װוי א שטריק, 
װאָס ברענגט ניט דעם עמער 
פונעם ברונעם צוריק, 


92 


װאָס זשע וויינסטו, בערעלע? 


דער טאטע מיט דער מאמע שפּאצירן ווילן גייען-- 

בלײַב איך שוין, דער זיידע, מיט בערעלען אינצווייען, 

,זע נאָר, אז ער זאָל גיט וויינען!"--בעט בא מיר דער 
פאָטער, 

הערט מיך אָבער בערעלע, וי דער ראבער קאָטער... 


עפשער זאָל איך, בערעלע, 
מײַן טולעפּ איבערקערן 
און א בער א האָריקער 
אף טשיקאוועס װערן? 


| ווילסטו, װעל איך װײַזן דיר, װי אינמיצקעדרינען 

האָט א פּאָרעץ, כאָגע-יצײַיט, פארװײַלן זיך פארגינען, -- 
ס'האָבן פּיַקלעך צוגעפּײקלט, צוגעפײיפט די פלייטן, 
און דער זיידע האָט געטאָפּעט, וי א בער אין קייטן, 


װאָס זשע װויינסטו, בערעלע, 

מיר שפּילן דאָך אין פריידן?--- 
דאָס האָבן פּריצים מיט פּאניטשעס 
געכויזעקט פון דײַן זיידן, 


אָט װעל איך איצט, בערעלע, א קנויל מיט קלאָטשע נעמען, 
באָרד און פּייעס צוֹקלעפּן און געדיכטע ברעמען, 

און װײַזז דיר א זאָקן, נעבעך, -- צעבראַכן יעדער אייווער, --- 
וי ער גראָבט, מיט הוילע נעגל, זיך אליין א קייווער... 


28 


און דליטשן האָבן אָנגעקװעלט 
ביז צעזעצט צו ווערן.. 
װאָס זשע וויינסטו, בערעלע? 
מיר פאר דײַנע טרערן! 


40 


פון דוירעס צו דוירעס 


דעם אָנדענק פון די דיכטער, 
אומגעקומענע אין די קאלך אויונס. 


וויינט ניט און קלאָגט ניט, 
יידישע אלמאָנעס, 

דיכטער קדוישים 

געווען די קאָרבאָנעס. 


לאָמיר זשע זינגען 

פאר קינד און פאר קייט 
דאָס ליד, װאָס זיי האָבן 
אין הארץ אונדז פארזייט, 


זאָל טרעפן דער מיזמער 
צעעפנטע טירן -- 

די באָבע זאָל זינגען 
דעם אייניקל אירן, 


א מאמע -- די קינדער, 
א שוועסטער -- זי ברידער, 
מע קען ניט מיט פּולווער 
דערשיסן קיין לידער, 


וויינט ניט און קלאָגט ניט 
און זוכט ניט די קװאָרים 


אף מיזרעך און מײַרעװ, 
אף צאָפן און דאָרעם, 


לאָמיר זיך בעסער 

הײַנט אָנטאָן אין שווארצן, 
און אופהענגען לאָמיר 
דעם שטיין אפן הארצן, 


און אויסקריצן לאָמיר 
מיט אייגענע פינגער; 
פּה נקבר, פֹּה נתמן 

דער ייַדישער זינגער, 


פון דוירעס צוֹ דוירעס 
דעם שטיין איבערגעבן, 
ביזוואנען כאָטש איינער 
פוֹן אונדז װועט נאָך לעבן, 


ווייגט ניט און קלאָגט ניט, 
ילדישע אלמאָנעס, 
דיכטער קדוישׂים 

געווען די קאָרבאָנעס, 


לאָמיר זשע זינגען 

פאר קינד אוֹן פאר קייט 
דאָס ליד, װאָס זיי האָבן 
אין הארץ אונדז פארזייט, 


42 


דאָס וועגעלע 


געמאכט האָב איך א וועגעלע 
מיט רעדעלעך מיט פיר, 

דאָס בעסטע און דאָס טײַערסטע 
געווען איזן דאָס בא מיר, 


אויסגעשניצט און אױיסגעטאָקט 
איך האָב עס ניט אומזיסט, 

זיץ אף דעם און פאָר אף דעם, 
וויפל נאָר דו ווילסט, 


ווילסטו, פאָר אין מיל ארלין 
נאָך קלײַען פאר דער ציג, 
זאָל זיך נאָר פארענדיקן 
װאָס גיכער שוין דער קריג. 


מײַן טאטע זאָל זיך אומקערן 
און זײַן מיט אונדז צוריק, 
מיט ליבע און מיט אייגענע, 
מיט מאזל און מיט גליק, 


אזוי האָכ איך געטראכט מיר, 
וי יעדער זעלנערס קינד, 

ביז איינמאָל האָט מען אָנגעקלאפּט, 
כ'געדענק עס וי אצינד, 


די מאמע האָט א שאלעכל 

א כאפּ געטאָן אף זיך 

און שטילערהייט געשושקעט זיף 
מיט עמעצן אין קיך, 


דערנאָך איז זי ארומגעגאן 
א װײַסערע פון שׁבֿיי, 

און נאָר די הענט געבראָכן: 
וויי מיר, װויי מיר, ((ייי 


א רעגע איז די מאמע 

געשטאנען וי געליימט, 
א פאל געטאָן צום קישן 
און ביטער זיך צעווייגט, 


און אױיסגעגלײַכט זיך טייקעף 

א דינע, װי א ריט, 

און קוים װאָס זי האָט אויסגערעדט: 
-- דאָס וועגעלע נעם מיט, 


די שטאָט אין דאן געשלאָפן, 
קיין שאָטן ניט פאראן, 

און מיר זײַנען געגאנגען, 
געשלעפּט זיך צו דעם באן. 


דאָס שטריקל פונעם וועגעלע 
פארקלעמט בא מיר אין האנט. 
און נאָר דאָס הארץ מײַנס הער איך 


טסיקיטאקעט, װי א זייגער אף דער וואנט. 


באם װאָקזאל געווארט האָט 

א האלבימענטש װי אף א קאָרט, 
א קלומעק מיט צוויי אויגן, 

װאָס רירט זיך ניט פון אָרט, 


43 


אין יוכטאָווע בײַטל 

ביז דער דיך פארפּאקט, 

דאָס איבעריקע, דאָס איכעריקע 
דער דײַטש האָט אָפּגעהאקט, 


מיט טינט און פּען באמאָלן דאָס 
האָט יעדער מיך געראטן, 

זאָל מען זען דאָס וועגעלע, 
װאָס פירט ארום מײַן טאטן, 


אונטערוועגנס 


זאָלסט נאָר האָלץ אין וואלד באדארפן -- 
טוסטו ניט, זיידעניו, קיין האק ניט שארפן. 


זאָלסט נאָר שפּענער דארפן האָבן, 
האָסטו ניט, זיידעניו, קיין זאק קיין גראָבן. 


װאָס זשע װעסטו טאָן דאָרט 
אין אזא פארשאָלטן אָרט? 


צוועלף אזייגער אין דער נאכט 
האָט א דײַטש דאָרט אומגעבראכט 


צארטע מוטערס, הויכע זאגגען, 
גיט געשאַכטן, ניט געהאנגען -- 
לעבעדיקערהייט פארברענט 

מיט די קינדער אף די הענט. 


טרערן זע איך, וויין ניט, זיידע, 
לאָמיר גיין אהינצו ביידע, 

-- ניין, מלין פרלינט, כ'וועל גיין אליין 
אָפּזוכן מײַן קינדס געביין, 


46 


ווען די שטאָט איז באלאגערט 


אונטער זיבן טויערן, 
אונטער זיבן שלעסער, 
קאַװעט מען די שװוערדן, 
טאָקט מען אויס די מעסערס, 


טאָר דען עמעץ שלאָפן, 
טאָר דען עמעץ רוען, 
ווען מיט פלאם און פײַער 
טוט דער סוינע דראָען, 


טאָר דען עמעץ שלאָפן, 
שוועבן אין זײַן כאָלעם, 
ווען די שטאָט באלאגערט 
אומגליק און בעהאָלע, 


קאָוועט מען די שװוערדן, 
טאָקט מען אויס די מעסער, 
אונטער זיבן ריגלען 
אונטער זיבן שלעסער, 


*פ 


אדאַלף דער צווייטער 


אדאָלף דער צווייטער האָט פארשפּעטיקט צו דער יאנד, 
ס'האָט אים ניט געפידלט אין פּוילן, 

האָט ער א טופּע געטאָן; , ברענגט מיר א יודע! 

כאָטש אן אָנגעמאָלטן מיט געלאָשענע קוילף 


כ'וועל אים צובינדן צו א לופט-באלאַנדל 
מיט א לאנגן, מיט א דינעם פאָדעם, 
און -- דאָנערװעטער -- מיטן ערשטן קנאל 
שיס איך אראָפּ דעם פארפלוכטן יודע? 


דאכט זיך מיר, אז איך הענג אף דעם פאָדעם, 
וי א שיטערע זיפּ, שוין אדורכגעלעכערט, 
און וויי טאָן טוט וויי מיר נאָר דאן, 

ווען איך קאָרטשע זיך פוֹן געלעכטער, 


47 


48 


אונדז, די זעלנער 


אונדז, די זעלנער, 
טו הײַנט א פרעג, 

צי קאָן איך פארגעסן 
די דאָזיקע טעג, 


א קייווער דאָס פעלד, 
א קייווער די גרוב, 

א קאָרבן די אייגענע 
ערלעכע שטוב, 


שורעס פון טויטע 

אף שינעלן אף גראָע, 
גלײַך װוי מיר גיבן 
צוויי מאָל די שוווע, 


נאָר וויינען, נאָר קלאָגן 
גיין! 

פארגליווערט געװאָרן 
דאָס הארץ, װי א שטיין, 


א זשמעניע מיט ערד-- 
די קװואָרים דאַ שטייען, 
און ווידער אין פלאם 
און ווידער אין פײיער, 


5--8 


און װוידער א קייווער, 
א בלוטיקע סטעזשקע, 
און ווידער מיר שפּילן 
אין אָדלער און רעשקע. 


אונדז, די זעלנער, 
טו הײַנט א פרעג, 
צי קאָן מען פארגעסן 
די דאָזיקע טעג., 


די שטוב אָן א קוימען, 
דער קוואל אָן א שטריק, 
דאָס קינד אָן א וויגל, - 
דער טײַך אָן א בריק. 


דאָס ניט געלייענטע 
דרײַעקעכיק בריוול, . 
די טרערן, װאָס גיסן 
די נאָענטע, ליבע. 


מיר זײַנען געזעסן . 

שווארץ, װי דער אש, 
דאָס רויטע פײַעף . 
אין א טיפן בלינדאזש, 


50 


שוועסטער און ברידער 


שוועסטער און ברידער, 
שלינגט גיט די טרערן, 
שטייט אוף קעגן |מערדער,. 
און לאָמיר זיך שווערף - 


קיינמאָל ניט בייגן - 

דעם קאָפּ פאר די סאָנים -- 
שטענדיק קוקן . 

דעם טויט אינעם פּאָנעם, 


און צאָלן דעם גאזלען' 
פאר אלץ, װאָס איז טײַער, 
מיט פײַער, מיט פײַער, - 
מיט פּײַער, מיט פײַער! 


און דער, װאָס סע האָט גיט 
קיין שפּיז און קיין שװוערד, 
טאָ אױיסרײַיסן זאָל ער 
א דעמב פון דער ערד, 


א שטיין פון די הויפנס 
ווארשעווער שטיינער, 
און אופוועקן זאָל ער 
די טאָלן מיט ביינער, 


און צאָלן די סאָנים 

פאר אלץ, װאָס איז טײַער, 
מיט פײַער, מיט פײַער, 
מיט פײַער, מיט פײַער! 


און וואקלען די ערד 
אונטער זייערע טריט, 
ביזוואנען די וועלט 

וועט זיך אָנטאָן אין צוויט. 


52 


*+ + * 


שוין פון דרינען, 
שוין פון דרינען 
א יאם מיט שװוערע יאָרן 


כ'האָב מיר מײַנס שוין אָפּגעלעבט, 


גרײַז און גראָוו געװאָרן, 


נאָר ביז הײַנט, נאָר ביז הײַנט 
דאָס הארץ אין מיר צעגייט, 

ווען איך הער א פידל שפּילן, 
דאָס פליפן פון א פלייט.., 


טו איך אָן - 
מײַן כופּע-קלייד, 
מײַן צירונג 

אף די הענט, 

און איך טאנץ, 
און איך טאנץ 
שטומערהייט 
מיט מײיַן שאָטן 
אף די ווענט. 


שוין פון דרינען, 
שוין פון דרינען 
א יאם מיט שווערע יאָרן, 


נאָר מיר דאכט, נאָר מיר דאכט, 


גלעקעלעך קלינגען -- מעכוטאָנים פאָרן. 


בערד און פּייעס---װוי די בעזעמער, 
די גאסן צו פארקערן, 
בערד און! פּייעס, 

וי די וועלדער, 
ייִדן װי די בערן. 


צינד איך אָן 

א ייִזקעריליכט 
מיט די אלטע 
הענט, 

און איך טאנץ 
און איך טאנץ 
שטומערהייט, 
ביז דאָס ליכטל 
ברענט, 


שוין פון דרינען, 
שוין פון דרינען 
א יאם מיט שווערע יאָרן, 
כ'בין נאָך דעמאָלט אף יענער כאסענע 
גרײַז און גראָוו געװאָרן, 


ניט קיין װײַן האָט זיך געגאָסן, 

א כאסענע ניט פאר אײַך געדאכט, 
ניט קיין מענטשן -- ווילדע כײַעס 
האָבן געפּראװעט מײַן כופּעינאכט, 


צינד איך אָן 
א ילזקעריליכט 
מיט די אלטע 
הענט, 


53 


און איך טאנץ, 
און איך טאנץ 
שטומערהייט, 

דאָס ייַזקער-ליכטל 
ברענט, 


שיף זיך, שיפל 


אויסגעפארבט 
און אױיסגעפּוצט, 
אָנגעפילט 

מיט אלדאָס גוטס, 


שיף זיך, שׂיפל, 
שווים אוועק, 
שווים צו שפּאניער 
װײַטן ברעג, 


דאָרטן ליגט 

א יונג אין בלוט, 
נאָר כאוויירים 
זעען גוט, 


וי די ביקס 

א צווייטער נעמט 
בא דעם ברודער 
פון די הענט, 


און ער זאָגט: 
-- א גוטע נאכט, 
כ'וועל פארבײַטן 
דיך אין שלאכט, 


3 


דאָרט, מײַן שיפל, 
שטעל זיך אָפֿ, 
בעסטע גרוסן 
גיב אים אָפּ, 


גיב אים אונדזער 
מוט און פרייך, 
זאָל ער קומען 
געזונטערהייט, 


דערמאָנונג 


װוּ ביסטו, שטיבעלע, 

האלב צעבראָכענער קוימען? 
װוּ זײַט איר, פענצטערלעך, -- 
אויגן פון יעסוימים? 


וװווּ ביסטו, בייןדהאשמאָשעסדיקער 
ערשט געפאלענער שביי? 

װוּ זײַנען די טײַבעלעך, װאָס װאָרקען, 
וי מײַן מאמעס ,וויי מיר, װויי? 


שפּילט אײַך, קינדער, 
שפּילט אײַך אין רעשקע, 
שטערט ניט אײַער זיידן 
קושן די האָלעװעשקע. 


57 


58 - 


טײַערער פון א רינגל 


געפונען כ'האָב, קינד מײַנט, 
א בינטל קסאוויאדן-= .. -- 
פארעלטערטע פערזן, 
באיאָרטע באלאדן, 


פון זיי אין מליַן זינען 
איז גאָרניט פארבליבן, 

נאָר איינע כ'האָב, דוכט זיך, 
פארהיט און פארשריבן, 


פארהיט, אז געלעבט האָט. ‏ 
א מענטש צװישן אנדערע, - 
א ליבהאָבער גרויסעה.  .‏ 
צוֹ רײַזן און וואנדערן.  *‏ 


דארף אָבער טרעפן, 
ניט מער און ניט מיין, 

זײַן שיף ווערט צעקלאפּט 
און צעמאָלט אף א שטיין, 


ער עפנט די אויגן, 
קוקט אום זיך דערשראָקן, 
דערזעט ער א פּויער, 
א גרײַזיגראָװון זאָקן. 


און זאָגן עס זאָגט אים 
דער פּויער מיט טרייסט: 

דיך ווארט ניט קיין שלעכטס 
אף מײַן ערד, װוּ דו שטייסט, 


כאָטש כ'ווייס ניט דײַן נאָמען, 


דײַן שפּראך איז מיר פרעמד, 
דאָך האָסטו מײַן בוימל, 
מײַן ברויט און מײַן העמד, 


מײַן זאלץ און מײַן האָניק, 
מײַן װײַן און מײַן ביר, 
דעם לאָגל מיט וואסער, 
װאָס שטייט בא מײַן טיר, 


און אָט איז אדורך שוין 
א כוידעש מיט טעג, 
דער וואנדערער גרייט איז 
פארלאָזן דעם ברעג, 


ער נעמט פון זײַן פינגער 
א רינגל אראָפּ 

און גיט עס דעם פּויער 
מיט דאנקבארקליט אָפּ, 


נאָר ס'נעמט ניט דער אלטער 
דאָס גאָלד אין דער האנט, 
דאָס רינגל, אין וועלכן 

עס שײַנט א בריליאנט, 


פאר מיר װאָלט גענוג זײַן 
טײַער און זיס, 

ווען שענקען דו שענקסט מיר 
די שיך פון די פיס, 


59 


אוועקפירן זאָלסט 

אין דער פרעמד ניט מיט זיך 
דעם שטויב פון מײַן ערד, 
װאָס איך זע אף די שיך! 


א מײַסע מיט א בריון 


געכאסמעט, געשטעמפּלט 
מיט זעקסערלעך טריף, 
ברענגט מען אונדז פּלוצעם 
מײַן שוועסטערס א בריוו, 


טוט זיך אצינדער 

אף טיש און אף בענק, 
די שטוב איז געװאָרן 
צו קליין און צו ענג, 


יעדער וויל וויסן, 

װאָס שטייט אין פּאפּיר, 
יעדער וויל זען שוין 
די קארטע פון איר, 


הייבט אוף זיך מײַן טאטע 
און זאָגט צו דעם אוילעם: 
-- ווערט בין איך, הערט איר, 
מײַן װײַב זאָל מיך קוילען, 


סטײַטש, װועט איר פרעגן, 
פאר ווען און פארװאָס!-- 
א מענטש איז אן אקשן 

און ווייסט ניט קיין מאָס, 


מײַנע פלעגט טײַנען-- 
צו רירן א שטיין, 

דאָס טעכטערל אונדזערס 
איז שענער פון שיין. 


דאָס קינד אונדזערס, איטשע, -- 


געראָטן אין דיר, | 
וי צוויי סראָפּן וואסער, 
אוי וויי מיר פאר איר, 


וי נעמט ניט א פאָטער 
זײַן טאָכטער באם האנט 
און פירט ניט ,סנימאיען" 
אזא-אָ בריליאנט? /+ 


בין איך אָבער איטשע, 
דאָס ניסל דאָס הארטע, 

און ענטפער מיסטאמע: | 
,איך דארף ניט קיין קארטע? 


גיי זײַ א כאָכעם 
און טרעף אלץ פאָרויס, 
אז די טאָכטערקע מײינע. 
וועט אויסוואקסן גרויס, 


וועט האלטן מילכאָמע, 

באשיצן דאָס לאנד, 

| װעט ווערן א העלדן 
פון ראטנפארבאנד! 


4* 


מײַנע קווייטן 


באנאכט, ווען מע זעט ניט קיין פונק אין 

די שטיבער, 
וועגן זיי, וועגן די קווייטן, טראכט איך 

איבערן 
און טויזנט מאָל צום פענצטער לויף איך צו 
און געפין זיך אף דער עלטער גיט קיין רו. 
איך האָב מוירע, אז עמעצער, בעקיוון, 
װעט צעטרעטן זיי אין גאָרטן מיט א שטיוול.. 
צי אן אױיסװוּרף מיט א מיעסן זידלװאָרט 
וועט גאָר איבערשרעקן מײַנע קווייטן דאָרט... 
קאָנען זיי, כאָלילע, דאָס קוועקזילבער צעשיטן, 
קאָנען זײי, כאָלילע, די זאפטן ניט פארהיטן, 
די דינע רייכעס, די צארטע פארבן 
און קאָנען, ניט פאר אונדז געדאכט, 

כאָלילע שטארבן... 

הײַנט אָדער מאָרגן, די שאָ קאָן דאָך קומען, 
דערלאנגען א קוויטל און מאָנען די בלומען-- 
איז װאָס װעל איך ענטפערן, װאָס װועל 

איך זאָגן? 
עס האָט זיי א דונער, א האָגל דערשלאָגן? 
כ'האָב שלעכט זיי געהיט! פארשפּילט 

זיי אין קאָרטן? 
צי עפשער פארשיקערט די קווייטן פון 

גאָרטן?,, 


65 


באנאכט, ווען מע זעט ניט קיין פונק אין 
די שטיבער, 
וועגן זיי, וועגן די קווייטן, טראכט איך 
איבער; 
און טויזנט מאָל צום פענצטער לויף איך צו 
און געפין זיך אף דער עלטער ניט קיין רו 


162 


בלעטער 


װוי שיין, 
וי שארף, 
וי דראָענדיק 


זײַנען פארשפּיצט צו די הימלען 


די קנאָספּן די גרינע; 

וי נאָך ניט צעעפנטע, 
פארקרעמפּעוועטע 
קינדערישע פויסטעלעך, 
גיבן זיי צו װיסן; 

אלץ איז אונדזערס! 
אלץ! 

וי שיין, 

וי שטיל, 

וי עמעסדיק 

עס שטארבן די בלעטער; 
וי דלאָניעס פארגעלטע, 
וי אָפּענע הענט -- 

בא דעם, װאָס קלײַבט זיך 
פארלאָזן די וועלט 

און װײַזט איר; 

כ'האָב גאָרניט גענומעף 
גאָרניט! 


165 


67 


68 


מײַן פּאפּירענע קרוין 


מײַנע פינצטערע נעכט האָבן מיך פארפוצט, 


אונטערגעשוירן און צוגעקעמט, 


א בעכער-שטערן, א טעלער-לעװאָנע 
אף מײַן טיש אוועקגעשטעלט, 


אף א העסעבעט אוועקגעזעצט מיך, 
מיך, דעם בעןישישים באיאָרטן, 

זיץ איך אין מײַן פּאפּירענער קרוין 
וי א קיניג פון אָנגעמאָלטע קאָרטן, 


מיין איך... ס'איז עמעס ---איך בין א קיגיג, 
מאָן איך א שטערן, א ריפטל לעװאָנע, 
לאכט מײַן פּאפּירענע קרוין; 

-- יאָלד, האָסט זיך אָפּגענארט, אפּאָנעם! 


דער בוים 


גרינער בוים, שיינער בוים, שטארקער בוים, 

זאָג מיר, װאָס שטייסטו פון זליוועס דאָרט אויס, 
דאָרט אונטער דײַן קאָרע, דאָרט טיף אין דײַן שויס, 
גרינער בוים, שיינער בוים, שטארקער בוים, 


האָט מיר געענטפערט דער בוֹים: 
דאָרט היט איך פאר מענטשן א קריגל, 
דאָרט היט איך פאר מענטשן א וויגל, 
אזוינס, װאָס װעט ווערן א בוֹים, 


גרינער בוים, שיינער בוים, שטארקער בוים, 
לערן מיך, טײַערער, אויס, 

ווער װועט זײַן דײַן ליכטיקע גרויס, 

גרינער בוים, שיינער בוים, שטארקער בוים. 


האָט מיך געלערנט דער בוים: 

װאָס טיפער די װאָרצלען פארקארבן, 

שטענדיק לעבן און שטארבן 

א גרינער בוים, א שיינער בוים, א שטאָלצער בוים. 


69 


70 


אוועק װעט דער וװוינטער 


אוועק װעט דער ווינטער, 
אנטרונען די קעלט, 

וװעט ווידער זײַן זומער 
בא אונדז אף דער ועלט, 


וועל איך באשטעלן 
פון מײַן אײיביקן טרוים 
א גרינעם גארניטער 
און װוערן א בוים., 


א בוים װעל איך ווערן 
און ווארטן, און שװײַגן, 
די הענט אופגעהויבן, 
אזוי װוי די צװײַגן, 


ביזוואנען א פויגל 

וװועט קומען פון ראכוועס 
און זיך מאכן א נעסט 
אונטער מײַנע פּאכוועס. 


ווען איך זאָל אלט זײַן זיבן יאַר 


ווען איך זאָל אלט זײַן, - 
טײַערע קינדער, 

ניט ערעך די פופציק, 

א יאָר זיבן אצינדער, 


װאָלט איך ניט פארפּאטשקעט, 
װאָלט איך ניט פארשמירט, 
װאָלט איך מיט א פינגער 
די ווענט ניט גערירט, 


כ'װואָלט ניט דערלאָזן, 

מײַן כאווער זאָל שניצן 
די בענק אין די סעדער, 
די בענק, װוּ מיר זיצן 


און דאָרט, װוּ מע גײיט, 

און דאָרט, װוּ מע שטיט, 
װאָלטן מיר ביימער געזעצט, 
װאָלטן מיר קווייטן געזייט, 


אז אזוינס איז געמאָלט, 
אז אזויגס איז געדאכט, 

וי דער טאָג איז א טאָג, 
וי די נאכט איז א נאכט. 


21 


22 


ביימער מיט זילבערנע שיך 


דער וואלד איז געדיכט 
מיט לעװאָנע-ליכט, 

און אלע ביימער 

מיט זילבערנע שיך 

גייען צום טײַכל 

א קוק טאָן, װי סע טרינקט 
דאָס נארישע קעלבל, 


דאָרשטיק בין איך, 

און צום טײַכל דעם זעלבן 
בייג איך זיך אָן און טרינק 
צוזאמען מיטן קעלבל, 


און אלע ביימער 

מיט זילבערנע שיך 

גייען צום אָרט דעם זעלבן, 
דאָ שטראָמט א טײַכל 
אונטער אן אלטער בריק, 
אוֹן ביז די קגי-- 

אין וואסער א קעלבל, 


מיר דאכט, טויזנט יאָר 
איך בלאַנקע אין וואלד, 
און װוּחין איך גיי ניט, 


איך קום צוריק 
צום אָרט דעם זעלבן, 


א שטערן איז געפאלן -- 

די אלטע בריק באשטראלן, 

ער זעט, וי צוגעבונדן בין איך 
צו די ביימער מיט זילבערנע שׂיך, 
צו אָט דעם טײַכל, 

װאָס שטראָמט אונטער דער בריק, 
און צו דעם נארישן קעלבל, 


24 


בא דעם יאם 


געשפּילט האָב איך זיך בא דעם יאם 
און שטיינדלעך געזאמלט, 
רויטינקע און שווארצינקע, 
וי פעדערלעך, װי סאמעט, 


| נאַר מער פון אלץ געפעלן מיר 


די מױערקעפּלעך שיינע, 
זי זעען אויס פּונקט אזוֹי, 
וי בײַטעלעך װי קלייגע. 


אָט לייג איך זיי צום אויער צו, 
מיר דאכט זיך, כ'וועל דערהערן, 
וי שטילערהייט עס אָטעמט דאָרט 
א לעבעדיקער שטערן, 


ס'לאכט פון מיר דער פישער, 
לאכן מיר צוזאמען; 

פּערל דארף מען זוכן 

אין דער טיף פון יאמען, 


צווישן סטרוזשקעס 


און אז אװראָםיהירש דער סטאָליער 

האָט דערפילט, אז ער האלט שוין באם סאָף, 

האָט ער זיך אויסגעצויגן, וי א װײַס אָפּגעהובלטע ברעט, 
אף דעם ווארשטאט אף זײַנעם, צוישן די סטרוזשקעס -- 

א ברעט פון א ריזיקן בוים, װאָס איז אליין דערבלי געווען, 
ווען אין וואלד איז געקומען די אײַזערנע האק 

בעטן בא די ביימער א שטיל פאר זיך, 

דער וואלד איז פארשטומט געװאָרן --- 

און קיינער האָט קיין שטיל פאר דער האק ניט געגעבן. 
לאנג האָט זיך די האק ארום ביימער געדרייט, 

ביזוואנען א בוים, אן אײַנגעהאָרבעטער, 

מיט צווליגן, װי שלאנגען איבערגעקגיפּטע, 

האָט פאר פּאכעד דער אײַזערנער האק געגעבן א שטיל.. 
און דאָ האָט די האק זיך גענומען שוין האקן -- 

א וואלד מיט ביימער!.. 


ליגט אזוי אווראָסיהירש דער סטאָליער, 

וי אן אָפּגעהובלטע װײַסע ברעט, 

אפן פראָסט, אף דער קעלט, 

אין סטאַליארניע, װאָס האָט שוין קיין דאך און קיין וואנט, 
מיט פארגליווערטע צוויי סוקן, -- 

געוועזענע אויגן פון א בלליִקן בוֹים., 

שטייען באָנים פארקוילטע, 

געוועזענע יונגע צוויי ביימער, 


25 


וי שווארצע צוויי ליכט, 

צוקאָפּנס באם סטאָליער, 

װאָלט געווען ווארעם, װאָלטן עפשער צוקאָפּנס 
בורשטינענע טרערן, װי כיילעוו, געקאפּעט 
אראָפּ פון די פארקוילטע לײַכטער, 


הארציקע גרוסן 


בא א געלעגנהײַט 

שיק איך פונדײַנעטוועגן 
א טײַערע מאטאָנע -- 
א זון מיט א רעגן, 


און נאָך װעל איך שיקן 
פונדלינעטוועגן 

א פעסעלע װאָלגע, 

א קלומעקל ברעגן, 


און נאָך א מאטאָנע 
אן אומגעריכטע -- 
בערעזענע בלעטער, 
א נאָדעלע פיכטע, 


א מאנטעלע זיך אופנייען 
זאָלסטו, מײַן פרײיגט, 
אזא הארציק מאנטעלע 
בא א געלעגנהײַט, 


22 


28 


די ארמענישע נאכט 


ביסלעכװוײַז, ביסלעכווליז 
צי איך, טרינק איך 


מײַנע דרײַ גילדענע שטערן-- 


מײַן ארמענישן קאָניאק, 


דער שטערן דער ערשטער 
צעבינדט מײַנע פּערל, 
באציר איך מיט זֵיי - 
מײַן ארמענישע נאכט, 


אך, װי עס פּאסן איר 
מײַנע ליכטיקע פּערל! 


דער שטערן דער צווייטער 
מאכט דאָס הארץ מײַנס 
ווייכער פון טייג, 

קלעפּ איך פון דעם אויס 

א רויטע בלום ‏ 

און באציר מיט איר 

מײַן ארמענישע נאכט, 


אך, װי עס פּאסט איר 
מײַן רויטע בלום! 


5* 


דער שטערן דער דריטער 
האָט ארויסגעגאנוועט פון אונטער 
מיר די ערד, 
איבערגעקערט אף מיר דעם הימל, 
אויסגעשיט אלע מײַנע שיקערע סוידעס, 


וויל אָבער 

די ארמענישע נאכט 
ניט גלייבן ‏ 

מײַנע שיקערע סוידעס, 


א שטיין אין גאָרטן 


פארװאָס זשע בין איך 

אין קיין מענטש ניט געראָטן 
און קען ניט געפינען 

קיין שטיין אין מײַן גאָרטן, 


װאָס עס האָט מיר אנומלט 

מײַן שאָכן געװאָרפן, 

כאָטש עס ניט, כאָטש טרינק ניט, 
כאָטש לייג זיך ניט שלאָפן, 


5--8 80 


ווען איך זאָל זײַן א קיניג 


װאָלט איך זײַן דער קיניג איבער אלע פיאָלעטעװוע זשוקעס, 
איבער אלע מעשענע קנעפּ אף די נײַע גארניטערלעך, 
איבער אלע רייפן, איבער אלע רעדעלעך-דריידעלעך, 
גאָלדענע באבעלעך און זילבערנע פליטערלעך, 

װאָלט איך באפוילן אופהייבן אלע בריקן, 

טיר-און-טויער פארשפּארן, אויסלעשן אלע לאמטערן, 
כ'װואָלט באפוילט מײַן קעצעלע אָפּהיטן די לעכער, 

קיין איין מײַזעלע זאָל מײַן כאָלעם ניט אונטערהערן, 
כ'װואָלט באהאלטן מײַן קיניגרײַך אונטער דעם קישן, 
געשטעלט אף דער וואך מײַנע צוויי פּאָר צעריסענע שיך.. 
איך שווער בא װאָס איר װילט, ---ניטאָ אזא קיגיג, 

װאָס זאָל אײַנשלאָפן אזוי זיס, װי איך. 


81 


קאָן זײַן - 


װועסט זאָגן, עס קלעפּט זיך נישט - 
איינס מיטן צווייטן -- 

איך שטארב דיך ארומנעמען; 
וי דײין וואזע די קווייטן, . 


וועסט זאָגן, עס קלעפּט זיך גנישט - 
דאָס, װאָס איך ברליע, -- 
איך כאלעש דיר דינען, - 
וי א הונט א געטרײַער,. 


קאָן. זײַן, אז מײַן מאמע 
װאָלט זאָגן. עס בעסער: 
--- דאָרט, װווּ דאָס ברויט, 
דאָרט איז דאָס מעסער, 


װיַאזוי די קראָ איז געװאָרן שווארץ 


אמאָל און אמאָל איז א מײַסע געשען: 
די קראָ איז נאָך דעמלט א װײַסע געווען, 


די נאכט ניט אזא, װוי מיר קענען אצינד -- 
פליסיק און שווארץ, װי א טינטערל טינט, 


פלעגן פייגעלעך דעמלט מיט פריילעכע פלייטן 
באגעגענען דעם טאָג און פארנאכט אים באגלייטן. 


נאָר די קראָ האָט געקראקעט װי עפּעס 
| א גזאר, 
געשפּאלטן דעם מויעך, קארריקארריקארר.. 


זײַנען פייגל געװאָרן אף איר אופגעבראכט 


און דערטרינקען געװאָלט זי אין דער 
| | פליסיקער נאכט, 


מע זאָגט, אלפּיינעס איז זי ניצל געװאָרן, -- 
נאָר פארבליבן א שווארצע אף אביקע יאָרן. 


1964 


83 


84 


פארװאָס הייסט דער 
פּאַפּוגײַ פּאַפּוגײַ 


צוריק מיט א יאָרהונדערט, 
ווען די צײַט איז געקומען, 
מע זאָל געבן די פייגל 

יעדן איינעם א נאָמען, 
האָט איינער א פויגל 
באשטימט זיך ניט מיעסן, 

א טאפּ טאָן אין װאָגן 

און דערנאָך ערשט באשליסן, 
וויאזוי און מיט װאָס 

פאר דער קאָמיסיע זיך שטעלן, 
ער זאָל איר אמליבסטן, 


אמבעסטן געפעלן--- 


און קריגן, פארשטייט זיך, 
דעם נאָמען דעם שענסטן, 
װאָס רימען ער זאָל זיך 
באם גרעסטן און קלענסטן, 
געמיינט האָט דער פויגל 
זײַן קליגער פון יעדערן 
און פארפּוצט זיך גרויסארטיק 
אין פארביקע פעדערן. 

און פּלאפּלען גענומען, 

דאָס מויל ניט פארמאכן, 

און נאָכקרימען יעדן, 

פון יעדערן לאכן, 


איצט קאָן אים זײַן הויזגעזינד 
די שולד ניט פארצליען, 

פאר דעם, װאָס מע רופט זיי 
ביז הלינט פּאָפּוגײַען, 


86 


דער העלפאנד 


א קרעמער האָט בארלעך 
פארקויפט אפן מארק, 
פּונקט דאן האָט געזשומעט 
א פליג אין א זאק, 


פּונקט דאן, ווען די פליג 
האָט געזשומעט באם זאק, 


| דארף דורכגיין א יעגער 


מיט זײַן הונט דורכן מארק, 


פּונקט דאן, ווען דער יעגער 
גייט דורך דורכן מארק, 
פארגלוסט זיך דעם הינטל 
די פליג טון א פּאק, 


פּונקט דאן, 

ווען דאָס הינטל 
די פליג טוט א פּאק, 
צעשיט ער די בארלעך, 
צעבינדט זיך דער זאק, 


פּונקט דאן, 
ווען עס פאלן 
די בארלעך פון זֹאֹק, 


גיט דער קרעמער דעם הונט 
מיט א שטעקן אין קארק. 


פּונקט דאן, ווען דער קרעמער 
גיט דעם הונט אינעם קארק, 
גיט דער יעגער דעם קרעמער 
אין די פּיסקעס א קנאק. 


פּונקט ודאן, 
ווען דער יעגער 
גיט דעם קרעמער א קנאק, 
גיט דער קרעמער 
דעם יעגער 
א טראסק אין דער באק, 


אזוי איז געװאָרן 

א מעהומע אין מארק, 
א מענטש אף א מענטשן, 
א שלאק אֹף א שלאק, 


דער צאד פונעם יעגער 
צעשלאָגן זיך שטארק, 
דער צאד פונעם קרעמער 
איז אויך ניט קאבאק, 


נאָר פּלוצעם פרעגט איינער 
דעם צווייטן אין מארק; 

-- װאָס האָסטו געכאפּט צו מיר, 
ברודער, די האק? 


-- װאָס זשע, דו ווייסט ניט, 
ס'איז דיר נאָך קארג? 

ווער האָט געהארגעט 

דעם העלפאנד אין מארק? 


ער האָט ניט געװוּסט 

ביז סאָף פון דער קריג, 

אז מע רופט בא אונדז העלפאנד 
א פּאָשעטע פליג, 


ניומע 
מיט א רוקזאק, מיט א שטעקן 
קומט א באָכער, נעמט אונדז וועקן. 


קלאפּט אין פענצטער, אין דער טיר; 
,עפנט! עפנט! עפנט מיר!? 


--- ווער זשע ביסטו, באָכער איינער? 
אזא וווקסיקער, א שיינער? 


װאָס, אשטייגער, דארפסטו דאָ 
אין אזא מין שפּעטער שאָ? 


שטייט ער מיט צעפירטע הענט: 
-- האָסט מיך, שװועסטער, ניט דערקענטן? 


דאָס בין איך, דײַן ברודער ניומע, 
פון א רײַזע איצט געקומען! 


בא דעם יאם בין איך געווען, 
הויכע בערג האָב איך געזען. 


און די מאמע כאפּט זיך אוף. 
-- ס'זאָגסטו, מאמע, אף דערוף? 


89 


מיט א רוקזאק, מיט א שטעקן 
קומט א באָכער, נעמט אונדז וועקן, 


קלאפּט אין פענצטער, אין דער טיר; 
,עפנט! עפנט! עפנט מירן? 


שטייט ער, ניומע, װי פארשעמט; 
-- האָסט מיך, מאמע, ניט דערקענטן. 


אײיביק, אײיביק װעט מיך ציִען 
צו די סעדער, װאָס דאָרט בללען, 


צו די שטערן לויטער-ריינע, 
וי די לימענעס די שייגע, 


צו דעם בארג, װאָס שײַנט לעװאָניק, 
צו דעם טאָל, װאָס שמעקט מיט האָניק, 


צו דער הייך און צו דער ברייט., -- 
ווערט א טומל, ווערט א פרייד; 


,ניומע, ניומע, אונדזער ניומע 
פון א רײַזע איז געקומען! 


וי א קאָרנברויט פארברענט, --. 
פּראָסט און פּאָשעט --ניט דערקענט" 


דאָס קנײַלעכל װאָל 
אֹ 


דאָרט, װוּ עס לעבן זיך שטיל און צופרידן 

די גוטע, די ווארעמע, װאָלענע ייִדן, 

װאָס ליגנדיק עסן און זיצנדיק שלאָפן, -- 
איז איינמאָל א װאָלענע מײַסע פארלאָפן; 
געגאנגען א זקיינע אין זקייניש געבויגן, 

און נא דיר --א קנײַלעכל װאָל פאר די אויגן. 


עס ליגט אינעם גראָז, 

וי א ניסל די גרויס, 
קוים-קוים װאָס מע זעט עס 
פון דאָרטן ארויס, 

א קנײַלעכל קנופּן, 

א מאָגערס, א פּיצל, ‏ 

וי אָפּגעטאָן װאָלט מען 
דער אלטער א שפּיצל-- 
דאָס אונטערגעװאָרפן - 
א לעץ האָט א שלעכטער, 
אזוי, צוליב מאכן 

פון איר א געלעכטער, 


טראכט זיך די זקיינע: מ'שטיינסגעזאָגט, גליקן, 
קיין פּיאטע אפילע ניט אונטערצושטריקן, 


1 


92 


א קנופּ אף א קנופּ. װאָס זשע דארף איך עס האָבן? 
כ'וועל בעסער אהיים גיין די פּלאָטעצע שאָבן, 
דאָס קנײַלעכל װעל איך אָט דאָ טאקע לאָזן, 

און זאָל עס זיך ליגן, וי ס'ליגט אין די גראָזן, 


נאָר פּלוצעם דערהערט זי 
א ציטעריק קאָל, 

-- באָבעציע, -- זאָגט איר 
דאָס קנײַלעכל װאָל, --- 
באָבעציע-לעבן, 

דו שטריק פון מיר אויס 
א שעפּסל א קלייגינקס -- 
א פינגער די גרויס, 

װועל איך דערנאָכדעם 
דיר, באָבעציע, שענקען 
א קאסטן מיט װאָלנס 

פון הערןיגעדענקען, 


--- אוי, וויי זימיר, -- געזאָגט האָט די 


אלטע דערשראָקן, --- 


גענוג פאר מיר, כלעבן, א נײַע פּאָר זאָקן, 
דערצו ווען איך קאָן אף א טשיפּעק 

כאָטש האָפן, 
גי איך און שווער, אז א נעס האָט געטראָפן, 
װאָס דארפסטו, מײַן קינד, פון א באָבעציע 

לאכן, 
וי קומט צו דיר, זאָג מיר נאָר, װאָלענע | 
זאכן? 


א קלײניקײַט עפּעס 
א קאסטן מיט װאָלנס, 
נאָר קום װעל איך נעמען 


א שפּיזל א שטאָלנס, 


פארמאכן די לאָדן, 


פארשליסן די טיר 

און נעמען א שעפּסעלע 
שטריקן פון דיר, 

און ביז ס'וועט זיך װײַזן 
א פינגערהוט שײין, 
וועסטו, מירצעשעם, 

שוין אויסגעשטריקט זײַן, 


ב 


נאכט איז אין דרויסן, קיין הוסט ניט צו הערן. 
עס טויוולען זיך שטיל אינעם טײַכל די שטערן, 
עס טוליען זיך גרעזעלעך איינס צו דעם 

צווייטן, 
עס שװײַגן די הינט אף די אײַזערנע קייטן, 
און אָטיאָ דערהערט מען דאָס הענעלע קרייען, 
און אָטיאָ דערזעט מען א מענטשן שוין גייען, 


דאָס שפּיזל דער באָבעס 
שוין ליגט בא דער זײַט, 
די ארבעט געענדיקט 
איז פּונקט צו דער צליט, 
דער גלאָק אפן טורעם 
געקלונגען האָט פיר, 
די אלטיטשקע עפנט 
די לאָדן, די טיר, 
גאָלד -- דער באגינען, 
זוניק און זיס, --- 
דאָס שעפּסעלע שטייט שויף 
אף אלע פיר פיס, 
עס בעקעט און מעקעט און שרײַט;-- 
א גוטמאָרגן, 
אצינד װעסטו, באָבע, ניט דארפן זיך זאָרגן, 


92 


94 


וועסט גלײַך פון מײַן פעלבל א פעדעמל 


צלֶען -- 


און אויב דו וועסט, באָבע, ניט פוילן זיך מיען, 
שטריקן און שטריקן, דאָס שפּיזל ניט ווארפן, 
וועסטו דיר אויסשטריקן, װאָס דו װעסט 


- דארפן; 


א װאָלענעם טשיפּעק, - 

א מאלבעש מיט שליארעס, 
א וווילע פּאָר מאטקעס, 

א לײַבל א ווארעמס, 

א שיינע פּאָר שטעקשיך, 
באגייטע מיט קווייטן, 

מע זאָל דיך אין מארק 
מיט די אויגן באגלייטן, 
קאמאשן און זאָקן, 

א ווינטערדיק קלייף - 

אן אייבערשטס, אן אונטערשטס, 
און טראָג געזונטערהייט, 


ג 


אוועק איז פון דעמלט ווער ווייסט וויפל װאַכן, 
די אלטע האָט אופגעהערט וואשן און קאַכן, 
זי װיײיסט ניט פון שלאָפן, זי ווייסט ניט / 
פון עסן, 

וי עפּעס א דיבעק אין איר װאָלט געזעסן. 
זי האָט שוין א קאסטן, א בארג מיט אנטיקן, 
זי וויל שוין ניט שטריקן און האלט אין 

איין שטריקן, 


אן אייגל ארוף 
און אן אייגל אראָפּ-- 
זי האָט שוין א ראנדל, 


6* 


א װאָלענעם טאָפּ, 

זי האָט שוין א טשײיניק, 
א װאָלענעם בעקן. .. / 
וויל נאָך די אלטע 

א װאָלענעם שטעקן, 

זי האָט שוֹין א שטוב, 

וי ס'װוײַזט זיך ארויס, --- 
וויל זי א קאץ | 

און א װאָלענע מוין, - 


ס'פארמאָגט שוין די אלטע פון הערן-געדענקען, 

מע קאָן אין איר װאָלנס זיך פּאָשעט דערטרענקען, - 

זי ווייסט שוין ניט, װוּ דאָס פארמעגן באהאלטן, 

און דארף ניט און װויל ניט דאָס שעפּסעלע 
| האלטן, 

זי דארף עס ניט מערער, און נאָך אלע זאכן-- 

זי מעג זיך פארגינען א ווצטשערע מאכן, 


װעל איך מיר, טראכט זֵי, 
דאָס שעפּסעלע בינדן 

און רופן דעם פּימפּלער, 
ער זאָל עס מיר שינדן, 
װעל איך שוין מאכן 
געבראָטנס א בעקן, 

עס זאָלן זיך אלע 

די פינגער באלעקן, 

דער פידלער וועט פידלען, 
דאָס צירונג וועט גלאנצן, 
און איך מיט די געסט 
װעל א װאָלעכל טאנצן, 


נאָר דאָס, װאָס די אלטע פלעגט טראכטן 
| און קלערן, - 
5 


6 


פלעגט טייקעף דער װאָלענער טשיפּעק 
דערהערן, 
כאָטש טשיפּעקעס דארפן זיך עפשער ניט | 
מישן, 

פונדעסטוועגן אײַנגערוימט האָט ער דעם 

קישן; 

--- דו ווייסט, װאָס די אלטע האָט ‏ - 
צוגעטראכט נעכטן? 

זי וויל אונדזער בידנענקע שעפּסעלע שעכטן 


און מאכן א פליישיקס 
מיט ראָסל באגאָסן, 

און פּראווען א יאָמטעװו--- 
א סימכע-װעסאָסן, 
געכאפּט האָט דער קישן 
די קאָלדרע צו וועקן, 

די װאָלענע קאָלדרע -- 
דעם װאָלענעם שטעקן, 
דער שטעקן -- דאָס קעצל, 
דאָס קעצל -- די מויז; 
לויף צו דעם שעפּסל, 
דערצייל אים אלץ אויס! 


דֹ 


פינצטער אין דרויסן, מע זעט גיט קיין שטערן, 
א גליק, װאָס דאָס מײַזל פארמאָגט א לאמטערן, 
לויפט עס פארסאָפּעט צום פּארקן, און דאָרטן. 
געפינט עס א לאָך צו דעם װאָלענעם גאָרטן, 

װוּ אונטער א ביימל מיט װאָלענע פלוימען 
טוט אין א בײַדל דאָס שעפּסעלע וװווינען, 


א גראבל די טיף . 
האָט דאָס מײַזל געגעבן; 


6--8 


-- אוֹי, ראטעווע, שעפּסל, 
באצליטנס דײַן לעבף. 

דו ווייסט, װאָס די אלטע 
האָט צוגעטראכט נעכטן? 
זי וויל דיך פארנארן, 

דיך בינדן און שעכטן.. -- 
און פּונקט, וי באם ליכטל, 
װאָס ברענט אין לאמטערן, 
קאפּען און טריפן 

נאם מײַזל די טרערן... 


נאָר לאָמיר דעם מײַזעלע וויינען ניט שטערן, 
און באלד װי דער הימל װעט ליכטיקער װערן, 
וועלן מיר װײַטער דאָס מײַסעלע האָרכן, 
וי סגרייט שוין די אלטע דעם אויוון 

צום קאַכן, 
גרייט זיך די טרוקענע שפּענער צעצינדן 
און גיין מיט א שטריקל דאָס שעפּסעלע 

בינדן... 


ריידן עס רעדט זיך, 

נאָר ס'טוט זיך ניט גיך -- 
דאָס שעפּסעלע פרעגט זי; 
-- װאָס טראָגסטו מיט זיך? 


ענטפערט די אלטע: 

-- נארעניוינארעלע, 

איך גיי פונעם מארק, 

און איך טראָג דיר א בארעלע, 

איך טראָג דיר א קניש 

און א קיכל א ווייצנס, -- 

נאָר דאָס שעפּטל געכאפּט האָט 

די פיס אף די פּלייצעס, 

פון בערגל צו בערגל געיאָגט און געפלויגן, 


97 


און מיט זיך דעם װאָלענעם פאָדעם געצויגן, 
-- גוואלד! -- שרליט די אלטע, -- וי 

קאָנט איר דערלאָזן, 
דאָס שעפּסעלע זאָל מיר מײַן װאָלנס צעלאָזן? 
אָט באלד װועט מײַן שטוב און מײַן 

גאָרטן ניט װערן-- 
פארגעסן דעם פאָדעם כ'האָב איבערצושערן! 


דאָס שעפּסעלע פליט, 

די אלטע שרליט: --- שטיי! 
דער קאסטן מיט װאָלנס 
צעגייט זיך, װוי שביי, 
דאָס שעפּסעלע יאָגט, 

די אלטע שרלײט; -- גוואלד! 
אָט װעל איך אליין שוין 
צעלאָזט ווערן באלד... 
און טאקע אזוי 

איז די מײַסע געשען -- 
די אלטע געשטריקט 

איז פון װאָלנס געווען.. 


הײַנט שטעלט אײַך פאָר, װוי איך בין צופרידן, 
װאָס די גוטע, די ווארעמע, װאָלענע ייִדן 

האָנן צו פּורים אף א טאץ מיר געשיקט 

די דאָזיקע מײַסע פון װאָלנס געשטריקט, 

און איך האָב געקויפט פאר געלטעלעך זיבן 

א בויגן פּאפּיר און פאר אײַך זי פארשריבן, 


107 


דעם פידעלעס נעשאַמע 


כ'האָב געהאט א פידעלע, 

הענגט עס אף דער וואנט, 

װאָלט איך אופגעשפּילט א וויוואטל, 
ציטערט מיר די האנט. 

װאָלט איך עס אװעקגעשאָנקען 
(אוי, פון גרויס ראכמאָנעס!), 

האָט מען אָפּגעריסן 

אײינציקװײַז די סטרונעס, 


קלאפּ איך צו א מײַסטער, 
בעט אים א געכאָמע: 
עפשער קאָנסטו ראטעווען 
דעם פידעלעס נעשאָמע? 


ס'האָט די ערשטע פון די סטרונעס 
געהאט מײַן מאמעס קאָל, 

די צווייטע פון די סטרונעס-- 

א קוועלעכל אין טאָל, 

די דריטע -- װי א פּיצל קינד, 
װאָס בעט זיך אף די הענט, 

האָט וויינען און לאכן 

איינציטיק געקענט, 


קלאפ איך צו א מײַסטער, 
בעט אים א נעכאָמע: 


101 


עפשער קאָנסטו ראטעווען 
דעם פידעלעס נעשאָמע? 


דער מאמעס קאָל שוין ניט צו הערן-- 
אנטוויינט מיך און אנטרונען, 

דאָס קוועלעכל -- אן אויג אין קאָפּ, 
געטרערט און אויסגערונען, 

דאָס פּיצל קינד איז גראָוו געװאָרן 

אין יענער וויסטער נאכט, 

און עפּעס האָט מיט דעם געטראָפן, 

װאָס ניט עס וויינט און ניט עס לאכט. 


קלאפ איך צו א מײַסטער, 
בעט אים א נעכאָמע: 
עפשער קאָנסטו ראטעווען 
דעם פידעלעס נעשאָמע? 


די פערטע סטרונע האָט דערצויגן.-- 
א פארצארטע, מידע.., 

װאָלט איך זי געצערטלט איצטער 

! מיט מײַן מאמעס לידער, 

געקוויקט זי מיטן קוועלעכל, , 

װאָס זוניקט אינעם טאָל, 

און אומגעקערט דעם פּיצל קינד 
דאָס לאכן פון אמאָל.. 


קלאפּ איך צו א מײַסטער, 
בעט אים א נעכאָמע: 
עפשער קאָנסטו ראטעווען 
דעם פידעלעס נעשאָמע? 


144 


מײַן פידל 


געווען איז צעבראָכן דאָס פלעקל, 
צעקריצט און צעשפּאלטן דאָס דעקל, 
צעריסן אף שטיקלעך די סטרונעס, 
א קוק טאָן געווען א ראכמאָנעס. 


האָב איך מײַן פידל גענומען 

און בין צו א מײַסטער געקומען, 

א קלאפּ געטאָן כ'האָב אין זײַן טיר; 
דערבארעם זיך, מײַסטער, אף מיר, 


געווען איז אין פידל פארבאָרגן 

די פרייד פון מײַן שענסטן פרימאָרגן, 
געזאנג פון א קוואל אינעם טאָל, 

די זאָרג פון מײַן מאמעניוס קאָל, 


און הײַנט מיט מײַן פידל איניינעם 

מיר װווינען, וי טויב-שטומע שכיינים, --- 
טיער ארײַנגעקוקט מיר אין די אויגן, 
גלײַך וי ר'װואָלט זיי געווויגן, 


נאָכדעם מײַן פידל באטראכט, 

און מיט אים זיך אין ווערקשטאט פארמאכט, 

און איך בין געבליבן דאָ ווארטן, 

וי באם פאָרהאנג פון א געווינערן, א פארמאכטן. 


103 


104 


דער מײַסטער פון פידלען 


געוווינט האָט א מײַסטער 
בא אונדז אינעם ליק, 
מײַסטרעװוען פידלען 
געווען איז זײַן גליק, 


מעסלעסנװײַז האָט ער 
געטאָקט און געשניצט, 
און אליין װי א פידל. 

געװויינט און געזיפצט, - 


געװאָלט האָט דער מײַסטע 
סאָד-סוידעס אנטפּלעקן, 
װאָס ליגן באהאלטן 

אין די הילצערנע דעקן, 


דער פידל זאָל לאכן, 
דער פידל זאָל קלאָגן, 

א קאָל פון א מענטש 

זאָל דער פידל פארמאָגן, 


דער פידל זאָל האָבן . 
די טײַערסטע פלעקער,- 
די כוואליע פון יאמען, 
דעם אָטעם פון שטרעקע. 


און א שטילקײַט אזא, 
װאָס זאָל לאָזן דערהערן, 
וי ס'ווערן געלאָשן 

אין הימל די שטערן. 


א מענטש בא דעם שפּילן . 
זאָל די אויגן פארמאכן 
און פּלוצעם דערהערן 
דאָס אייגענע לאכן. 


דערהערן די נאכטישע לעװאַנע 
אדא-ארא, ליולינקע, 
איאד-ארא, ליולינקע, 


דאָס הארץ בא דעם מענטשן 
זאָל פּלאצן אף שטיקלעך 
פאר געקוילעטע קינדער 
אין די אָרעמע ליקלעך, 


פאר געשאַָכטענע זקיינים 
פון יאָרן געהויקערט, 
װאָס פלעגן אונדז וועקן 
לעאוווידאס האבויקער. 


און די, װאָס זי האָט אים 
דעם מענטשן געזויגן, 

זאָל אופשטיין פון קייווער 
און שטיין פאר די אויגן, 


האָט אָבער דער מײַסטער 
אזא וואלד ניט געפונען, 
אן איינזאמער איז ער 

פון לעבן אנטרונען. 


105 


א ליכט האלט אין צאנקען, 
דער שפּיגל פארהאנגען, 

א ניט פארענדיקטער פידל 
איז אף דער וואנט געהאנגען, 


מע הערט ניט קיין שאָרך, 
קיין טרייסט און קיין בענטש, 
נאָר פּלוצעם דער פידל 
טוט א קרעכץ, װי א מענטש, 


די שײינהײַט. 


געשניצט האָט א מײַסטער, 
געטאָקט פון א שטיי. 

א װוונדער, א קישעף-- 
די שיינהײַט אליין, 


געטאָקט, װוי א נאקעט, 
א דורכזיכטיק לאָגל, 
און לאנג זיך געשפּיגלט 
אין יעדן איר נאָגל, 


און שוין אף דער עלטער, 
גראָוו און געבויגן, 
דערשליפן האָט ער 

אירע לויטערע אויגן.- 


די שיינהליט האָט אופגעלעבט, 
פּלוצעם דערשראָקן-- 
פרעמד און פארכידעשט 
געקוקט אפן זאָקן, 


א בליץ געטאָן -- 

שיין, װי דער כאָלעם אליין, 
און נעלעם געװאָרן 

צוריק אינעם שטיין. 


162 


107 


וועגו א שטיקעלע ליים 


ליב האָב איך א שטיקל ליים 
קנעטן מיט די פינגער. 

און דערבײַ זיך אונטערבאָמקען, 
כאָטש כ'בין גיט קיין זינגער, 


ליב האָב איך מיר שטילערהייט 
דאָס לעבן מײַנס באקלערן 

און דעם פּאסטעכס דודעלע 
פרימאָרגן-צײַט צו הערן. 


ליב האָב איך דאָס פייגעלע, 

װאָס בויט פון ליים זיך נעסטן, 
וי זשע קאָן איך, פרעג איך אײַך, 
מײַן כאטקעלע פארגעסן? 


108 


פון יענער זײַט כאָלעם 


איך בעט בא דעם שיפער: 
כאָטש כ'קען דיר ניט צאָלן, 
שיף מיך אריבער 

אף יענער זײַט כאָלעם! 


פון דעם, װאָס כ'וועל דאָרטן 
דערזען און דערהערן, 

װעל איך שוין גראָװער 
מיסטאמע ניט װערן. 


איך װעל דאָרטן קלײַבן 
בא שאָטנס פון מענטשן 
די אָפּשניצלעך כיילעוו 
פון ליכט ניט דערבענטשטע, 


און אויסקנעטן װעל איך 
א ליכט -- װוי א סאָסנע... 
איך, שיִע בען שׂיִע, 

פון שטעטעלע קראָסנע, 


װעל טראָגן די סאָסגע, 

איך מיט מײַנע שלאפע פיס, 
צום אייפעלער לײַכטער 
אזש קיין פּאריזש, 


109 


און אָנצינדן סיליכט 

וי א הײיליקן ייִזקער 

פאר ווארשעווער, ווילנער, 
ק;עווער און מינסקער.. 


זאָל טריפן פון דאָרטן, 
פון הייך, פונעם טורעם, 


דאָס ליכט, װאָס איך טראָג. 
אזש פון יענער זײַט כאָלעם, 


158 


דער וואלד-זייגער 


שטעלט אײַך פאָר און מאָלט אײַך אויס -- 
איך שטיי אף א בענקל און טראכט מיר אזוינס: 


אָס גיב איך א שפּרונג א פארקישעפטן באלד 
און בין, וי א וויכער, אין דער מיט פון א וואלד, 


די אייביקע ביימער אלץ ענגער און ענגער, 
און לעבן א ריטשקע דערזע איך א זייגער, 


פון סאָסנע געבויט און מיט שינדל באדעקט, 
און א מילראָד די הילצערנע װײַזערס באוועגט. 


און א שאָ נאָך א שאָ טוט א סקריפּע א שליסל, 
און ס'עפנט א לאָדן זיך אוף, װוי א ניסל, 


און א פייגעלע קו-קו פון דאָרטן שרײַט אויס-- 
שטעלט אליך פאָר און מאָלט אײַך אויס, 


אָט איצטער פּרוּווט און שטויסט אײיך אָן 
ווען זײַן זאָל עס עמעס, װאָס איך װאָלט געטאָן? 


כ'װואָלט געטאָן און געטאָן... מיינט איר װאָס, אשטייגער! 
כ'װואָלט גענומען און געשטעלט א זייגער אף א זייגער, 


111 


און דערנאָכדעם ערשט אף זי 
נאָכעט איינעם, נאָכעט צוויי, 


נאָך א צענדליק, נאָך א טוץ 
אזוי לאנג און אזוי קורץ.., 


| ביז מײַן וואלד-זייגער פון אױיבנאָן 
וועט קענען אָנרירן די זון, 


7--8 


און טאָמער װילסטו וויסן, קינד, מײַן קינד, 
צי שטייט נאָך אונדזער שטיבעלע אצינד, 


װווּ מײַן קינדהײַט האָט אין אָרעמשאפט געלעבט 
און מײַסעלעך פון זױבערקײַט געװעבט; 


און טאָמער וויסן װוילסטו, קינד, מײַן קינד, 
צי לעבט נאָך דאָרט דאָס צוויטשערל אצינד 


און דאָס שפּינעלע, װאָס האָט מיט דינסטער האָר 
צונויפגעקניפּט מײַן כאָלעם מיט דער װאָר; 


צי קומט דאָס העזעלע דאָס זוניקע צו לויפן 
זיסע מילך בא אונדזער סטעליע קויפן; 


צי אונדזער אלטער סאמאָוואר מיט די מעדאלן 
גייט פאָרויס אין שלאכט, װי געגעראלן; 


צי מײַן זשוקל זשומעט מיר אין קעסטעלע פון פּילן, 
צי מיין איך נאָך, אז פליגן טראָגן ברילן; 


צי אפן בוידעם ביז אדהליעם נאָך געהיים איז, 
און צי לעבן דאָרט אין קעסטעלעך די שיימעס; 


113 


די פּראָשעניע, װאָס מײַן מאמע האָט אמאָל געשריבן: 
,מילאָסטיווע גאָסודאר, אן אלמאָנע כ'בין געבליבן.. 


אוי, איז וויי און װיסט אונדז מיט מײַן קינד צו לעבן, 
א ביסן ברויט באדארף איך דאָך אים געבן. 


א העמדל און א רעקל, און א שוך דאָך אויך, 
מילאָסטיווע גאָסודאר, איז װוּ זשע נעמט מען קוי'ך", 


האָב איך באטראכט מיר באקן ברויט מיט קימל -- 
דארפן זיי מײַן ברויט וי קאָפּװײיטעק צום רימל. 


האָב איך באטראכט טאכריכים נייען-- 
וויל קיינער ניט אף יענער-וועלט גאָר גייען. 


און טאָמער װוילסטו וויסן, קינד, מײַן קינד, 
צי שטייט נאָך אונדזער שטיבעלע אצינד, 


װוּ די קינדהײַט מײַנע האָט אין אָרעמשאפט געלעבט, 
וו שטילע מײַסעלעך האָב איך אין זויבערקײַט געװעבט; 


און טאָמער ווילסטו וויסן, קיגד, מײַין קינד, 
צי לעבט נאָך דאָרט דאָס צוויטשערל אצינד, 


צי מײַן זשוקל זשומעט מיר אין קעסטעלע פון פּילן 
און די פליגן, װאָס מיר פלעגט זיך דאכטן, אז זיי טראָגן 
ברילן, 


צי לעבט דאָס שפּינעלע, װאָס פלעגט מיט דינסטער האָר 
צונויפקניפּן מײַן כאָלעם מיט דער װאָר, 


מײַן אלטער פרײַנט 


זײַ מיר געזונט, זײַ מיר געזונט, 

מײַן אלטער פרײַנט, מײַן דעמבענער בופעט, 
וויפל זומערס און וויפל ווינטערס 

זיך אָנגעשפּילט און זיך אָנגערעדט, 


צוישן הונדערט און צווישן טויזנט 
כ'וועל דערקענען דיך, מײַן פרײיַנט, 
מײַן מאמעס צימרינג און מײַן מאמעס זאפרען 
שמעקט פון שופלאָד נאָך ביז הײַגט, 


זײַ מיר מויכל, מײַן פרײַנט מײַן אלטער, 
פאר יעדער קניפ און פאר יעדער ריס, 
מײַן סאָד מיט עפּל ביסטו געוועזן, 

מײַן סאָד מיט בארן און מײַן סאָד מיט ניס. 


וויפל סוידעס פון מיר פארבאָרגן 
אין אלע ווינקעלעך אפן שלאָס, 
וויפל זאכעלעך האָטטו באהאלטן 
אין מײַן זיידגס אלטן קאָס... 


כ'בין געוווינט צו דעם סקריפּען דײַנעם, 
צו דעם טיאָכקען פון מײַן הארץ, 
ווען אף די שפּיץ פינגער פלעג איך קריכן 
צו דעם סלוי מיט אײַנגעמאכטס, 


115 


זײַ זשע מויכל, זײַ זשע מויכל 

מײַן יעדער קניפּ און מלַן יעדער ריס, 

מײין סאָד מיט עפּל, מײין סאָד מיט בארן, 
מײַן סאָד מיט װײַנשל און מײַן סאָד מיט ניס, 


זײַ זשע געזונט מיר, זײַ זשע געזונט מיר, 
דען פאראן צו דיר דײין גלליכן! 

זײַ זשע געזונט מיר, זײַ זשע געזונט מיר, 
מײַן האַניק-ברעג און מילך-טײיַכן, 


דער פינגערהוט 


געזאָגט האָט מיר א שנײַדער: 
-- יונגערמאן, 

אפילע אין א קגעפּל, 

אין יעדער קלײגיקײַט 

איז א מײַסעלע פאראן, 
דאכט זיך, װאָס --- א פינגערהוט, א זגיקל,-- 
שטעקט אין אים א מײַסעלע-- 
אן אנטיקל, 

הער! אמאָל האָט געלעבט 

א שנײַדער וי איך, 

האָט די נויט זיך זאנאָדעט, 
כאפּט זי דער רועך! 

קוקט צו אים אינעם טעפּל-- 
װײיניק אין טעפּל 

גרויפּן צי קרויט, 

טאנצט די מאכעשייפע, -- 
פרייט זיך די גויט, 

האָט גענומען דער שנײַדער 
טרלַבן די זלידניע -- 

נייט, און גייט, און גייט, -- 
נאָר די זלידניע 

פון שטוב ניט גייט, 

וויפל ער איז נִיט 

מִיט דער נאָדל געזעסן, 


117 


אלץ װייניקער ברויט, 

אלץ װייניקער עסן, 

און די נויט --- זי טאנצט, 

זי העפּעט און שפּרינגט, 

און פון יעדער לעכל 

אין שטוב זי זינגט, 

האָט גענומען דער שנײַדער 
דעם טאָפּ צעבראָכן, 

און די גרױפּן געשטעלט 

אין א טעפּעלע קאָכן, 

ער בײַט זיי, די טעפּלעך, 

פון מאָל צו מאָל, 

איז אָבער דאָס קלענסטע 
שוין אויכעט ניט פול, 

און די זלידגיע -- זי פרייט זיך, 
העפּעט און שפּרינגט, 

פון יעדער לעכל 

אין שטוב זי זינגט, 

װאָס טוט דער שנײַדער? 

װאָס טוט רעב אנשל? 

נעמט ער א שפּילעכל-- 

א טעפּעלע ---א װײַנשל, 

נאָר װאָס זאָל ער טאָן-- 

די מאכעשייפע אין דאָ, 

און די הירזש אינעם וויזיקל-- 
קוים-קוים אפן דנאָ. 

אָט טוט זי א קוק, 

נעמט העפּען און שפּרינגען, 
כאפּט אנשל דאָס טעפּעלע 
און פארשטעקט מִיט א פינגער, 


דער נויט --- א פײיג, 
און דעם שנײַדער ווערט גוֹט.. 
געװאָרן איז פון טעפּעלע א פינגערהוט. 


טיקיטאק 


כ'האָב געלעבט 
אין א פּאָר ליכטיקע אויגן -- 
זײַנען זיי טונקל געװאָרן. 


כ'האָב געלעבט אין א ווארעם הארץ-- 
איז עס קאלט געװאָרן. 


כ'האָב געהאט 
א זאק מיט יאָרן -- 
איז ער ליידיק געװאָרן. 


גייט אין גאס א זייגער -- 
טיקיטאק! 
טיקיטאק! 


גיי איך אים אנטקעגן-- 
טיפּ-טאָפּ! 

טיפּ-טאָפּ! 

קלינגט ער מיר אויס 

א געשענקטן גוטמאָרגן, 
א געשענקטן גוט-יהעלף, 
א געשענקטן גוט-אָװוגט, 
א געשענקטן טאָג, 
טיק-טאק! 

טיקיטאק! 


09 


אוי, א ווייטעק אין מײַן הארצן 
ברענט און ברענט מיר וי א פלאם, 
ניט צו לעשן אים מיט טײַכן 

ניט אפילע מיט קיין יאם, 


נאָר א שמייכל פון מײַן ליבסטער, 
ווען איך קאָן אצינדער זען, 
ווערט מײַן ווייטעק אױיסגעלאָשן, 
גלײַך וי קיינמאָל ניט געוען. 


10 


אײַ, ייִנגעלעך, אײַ, מיידעלעך, 

ברעגגט מיר די שיך צו פאריכטן. 

מײַן קריטיקער זאָגט, אז א שוסטער איך בין, 
איך קאָן שוין קיין ליִדער ניט דיכטן. 


אלי, ייגגעלעך, אלי, מיידעלעך, 

מיינט ניט, איך זאָג אײַך א ליגן, 

א פלעקל איז דאָ, א טשוועקל ועט זײַן, 
א דראטווע ניט שווער צו קריגן, / 


א כאזער אין שטעטל איז שטענדיק פאראן, 
און טאָמער די שאָ זאָל גיט זײַן, 

א שטשעטינעלע װעל איך באם קריטיקער דאן 
אף עטלעכע טעג זיך אנטלײַען. 


14 


122 


הערט א מײַסע, הערט א געשיכטע 


גאניידן-מײַסעס, קישעף-גראמען 
געשטריקט האָב איך פאר יענעם, 
נאָר פאר זיך, פאר זיך אליין 

האָב איך אויסגעשטריקט א גענעם, 


הערט א מײַסע, הערט א געשיכטע: 


יל איך מײַן גענעם פארקויפן 

פאר א שׂמעק טאבעקע אף דער װאָך, 
גיבן מיר די סאָכרים 

א בייגל מיט א לאָך, 


וויל איך אים, מײַן גענעם, 

אין א יאם מיט װײַן דערטרינקען, 
פארהאקן די שענקער אלע טירן 

און ווילן מיט מיר קיין געשעפטן ניט פירן, 


הערט א מײַסע, הערט א געשיכטע: 


שנײַד איך זיך מיט קארטיאָזשניקעס 
נאכט אין נאכט, ביז באגינען, 

ווילן ניט די בײַטלשנײַדער 

דעם גענעם בא מיר געווינען. 


הערט א מײַסע, הערט א געשיכטע: 


גאניידן-מײַסעס, קישעף-גראמען 
געשטריקט האָב איך פאר יעבעם, 
וויי איז מיר, און ווינד איז מיר, 
און זיס איז מיר מײַן גענעם. 


הערט א מײַסע, הערט א געשיכטע. 


124 


זיבן העלפאנדן 


כ'וועל צומאכן מײַנע אויגן 
אין א ליכטיקן פרימאָרגן, 

מײַן קישן וועט ניט וויסן 

וועגן מײינע זאָרגן, 


נאָר זיי, מלַנע זיבן שפּילעכלעך, 
וועלן שטיין באדערבלי, 

מײַנע זיבן העלפאנדן 

פון זויבער-קלאָרן פּאָרצעללי, 


אָבער אײַלט ניט, באגרעבער, 
גראָכט מיר ניט קיין קייווער, 
כ'האָכ נאָך בא דער צארטער קווייט 
ניט אויסגעקושט יעדער אייווער, 


כ'בין נאָך זשעדנע, װי דער הונט, 
װאָס האָט פארקלאמערט מיט די ציין 
דעם זאטן, דעם פליישיקן, 

דעם זיסן מארעך-ביין, 


ביז אף דעם קאלטן שפּינל 
איז מײַן אָטעם נאָך ווארעם, 
כאלעש איך מיט א יונג ביימל 
זיך אדורכשפּאצירן געארעמט, 


כ'וויל נאָך פון גרויסער ליבע 
אָפּגײן מיט זיסע טרערן, 

ביז מײַנע זיבן שפּילעכלעך 
וועלן צעבראָכן װוערן. 


126 


דער קװאָטשקעס א פעדער, 
וי א פּאפּעליאטע צווליג, 
האָט א ווינטל פארװאָרפן 
צו דעם אָדלער אין שטליג, 


באדארפט װאָלט איר זען, 
וי ניט אף קיין שפּאס 

איז געװאָרן דער אָדלער 
אף דעם פעדער אין קאס, 


געצופּט און געשמיסן, 
געפליקט און געריסן, 
ניט געװאָלט פון אים הערן, 
ניט געװאָלט פון אים וויסן, 


איך בין געשטאנען, 
געטראכט פון דערפון -- 
איך װאָלט דאָס זעלבע 
מיסטאמע געטאָן, 


8* 


דײַגעס 


געשטיפט, געשפּאסט -- און אצינד 

צײַט א צייל טאָן די דײַגעס, מײַן קינד, 
ערשטנס -- די מאמע זאָל אופהערן זאָרגן, 

װאָס װעט פאסירן מיט אונדז הײַנט און מאָרגן. 


צווייטנס -- דער היישעריק זאָל ניט אופרעסן דעם זאנג, 
דער װאַלף -- דעם הירש, דעם קראָליק -- די שלאנג, 


דריטנס -- ניט קומען זאָל װוידער דער נעכטן, 
ווען געטריבן מע האָט די פידעלעך שעכטן. 


127 


128 


קאץ-און"מויז 


פּאָרלעכװײַז, איינציקװײַז 

קרליזן מענטשן -- קרײַז נאָך קרליז, 
פונדערװײַטנס װײַזט זיך אויס; 
מענטשן שפּילן קאץ-און-מוין, . 


האָט א מײַזל זיך פארקוקט, 


ווערט עס אפן אָרט פארצוקט, 
ווייך דאָס פעלעכל פון פּליוש, 
טוט דער קאָטער עס א קוש. 


מורמלט עפּעס שטיל און זיס, 
שטעלט זיך מײַזל אף די פיס, 
פּרוּװוט עס נאָר ארויס פון קרלין, 
הייבט די שפּיל זיך אָן באנײַס, 


פּאַרלעכװײַז, איינציקווליז 

קרלַזן מענטשן -- קרײַז נאָך קרליז, 
פונדערװולַטנס װײַזט זיך אויס; 
מענטשן שפּילן קאץ-און-מויז, 


8--28 


גאם זו לעטויווע 


אז װוּ נאָר אן אומגליק און װוּ נאָר א צאָרע, 
איז וועמען זשע טרעפט זי? רעב כאָנעלע סאָרעס! 


פארמאָגט האָט רעב כאָנעלע סאָרעס א כאמער, 
װאָס האָט זיך געפּאשעט אין הויף, בא דער קאמער, 


אן אייזל א כוואט, װאָס האָט ליב געהאט קײַען 
א ביסעלע האָבער, א זשמענקעלע קלײַען, 


א רײַס טאָן א דאָרן, א ציפּ טאָן א גרעזל-- 
און פּלוצעם איז נעלעם געװאָרן דאָס אייזל, 


וויאזוי און װוּהין! אן אוויירע דאָס פרעגן, 
דער גאנעוו האָט זײַנע פארבאָרגענע וװועגן 


דרייט זיך ארום איצט דער כעלעמער זאָקן 
פארכוישעכט, פארדײַגעט, פארקלעמט און דערשראָקן. 


מיט ביטערע סרערן באוויינט ער דעם שאָדן: 
-- פאר וועמען זיך קלאָגן? מיט וועמען זיך לאָדן? 


קומט מען אים טרייסטן, און עס זאָגן אים מענטשן; 
-- באדארפט װאָלט איר גוימל, רעב כאַנעלע, בענטשן! 


1209 


קומט אויך צו לויפן רעב כאָנעס א קרויווע, 
-- דו זאָג בעסער, -- טײַנעט זי, -- גאם זו לעטויווע, 


ווײַל װאָס װאָלט געווען, זאָל דער אייבערשטער היטן, 
ווען דעמלט דו װאָלסט אפן אייזל געריטן?! 


א קארב 


אין איינעם א שטעטל, 

אין דער זײַט פון א שליאך, 
האָט אײינמאָל געטראָפן 

א שרעקלעכע זאך, 


דער אָרטיקער סטראזשניק 
האָט שיקערערהייט 
ארויסגעכאפּט פּלוצעם 

די שװוערד פון דער שייד 


און אָנגעהויבן פאָכען 
אהין און אהער, 
און אָנגעהויבן ברומען 
אזוי װי א בער, 


וי אן אויוון עס ברענט אין אים, 
צעשמאָלצן ווערט ער גלײַך, 

און װי ער שטייט און װי ער גייט -- 
א שפּרונג געטאָן אין טײַך, 


באשערט געווען דעם שטעטל, 
אינמיטן העלן טאָג 

אן אומגליק זאָל זיך טרעפן, 
א נײַע וויסטע פּלאָג, 


141 


פון סטראזשניקעס געליטן 

ניט איין מאָל, באָרעכהאשעם, 

נאָר װאָס מע זאָל אצינדער טאָן-- 
גיי שטויס זיך אָן אף דעם. 


די שוסטער טײַנען זייערס, 
די שנײַדער פּונקט פאויקערט, 
דער רעבע מיט דער רעבעצן 
זיצן און מע קלערט. . / 


זקיינים בא די נלינציק. 
טרייסלען באָרד און פּייעס, 
עס טראכטן באלעגאָלעס, 

עס טראכטן שטריקלדרייערס. 


דער סויפער און דער דײַען, 
דער רעבע מיטן שאמעס, 

מיט קינדער בא די קליידלעף - 
די פארזאָרגטע מאמעס, 


טאָמער ווערט דערטרונקען | 
דער סטראזשניק אינעם טליך, ‏ 
אש און פּאַרעך מאכט מען 
פונעם שטעטל גלליך, 


אוועק װעט א דעפּעשע 
דורך די דראָטן גלאטע 

פונעם פּריסטאוו צום אוריאדניק, 
פון אים צום גובערנאטער, 


דערנאָכדעם װעט זי טרעפן 
גלײַך צו דעם מיניסטער, . 
און אָנקומען צום קייסער 
די יעדיע די וויסטע, 


132 


אז ערגעץ אין א שטעטל, 
אין דער זײַט פון שליאך, - 
האָט נעכטן זיך געטראָפן 
א ניט געהערטע זאך.. 


געפאלן איז א קאָרבן 

דער סטראזשניק אפן פּאָסט, 
דאָס היטל מיטן שפּראָנטשיק 
אינמיטן טײַך געלאָזט!. 


און שולדיק זײַנען אלע-- 
די מיידלעך און די מאמעס, - 
דער רעבע מיט דער רעבעצן, 
דער גאבע מיטן שאמעס, - 


די זקיינים פון די נײַנציקער 
מיט װײַסע בערד און פּייעס, 
די שנײַדער און די שוסטער, 
און אלע רעדלדרייערס... 


געפאלן איז א קאָרבן 


דער סטראזשניק אפן פּאָסטו 


דאָס היטל מיטן שפּראָנטשיק 
אינמיטן טײַך געלאָזט... 


און הייסן װעט דער קייסער, 
מע זאָל אזוי פארשרליבן; 

קיין זייכער און קיין סימען 
פון שטעטל זאָל ניט בלײַבן, 


און אוועק װוצט א דעפּעשע 
פון אים צו דעם מיניסטער, 
דערנאָך צום גובערנאטער 
א פּריקאז א וװיסְטערז . 


133 


צום פּריסטאוו, צום אוריאדניק, 
מע זאָל אין קייטן שמידן 

מיט האק-און-פּאק דאָס שטעטל 
מיט אלע וויסטע יידן, 


סײַ קליינע און סלי גרויסע, 
די טאטעס און די מאמעס, 
דעם סויפער מיטן דארשן, 
דעם גאבע מיטן שאמעס, 


דעם רעבע מיט דער רעבעצן, 
די אלטע לײַט מיט פּייעס, 

די שוסטער און די שנײַדער 
און אלע שטריקלדרייערס, 


און איציק מיטן שמיציק 
און בערל מיטן באס 
זאָל מען טייקעף הענגען 
אף א סטויפּ אין גאס, 


נאָר ערגערס קאָן זיך טרעפן, 
א שרעק פון דעם צו קלערן, 
אויב עס װעט דער סטראזשניק 
אין טײַך דערטרונקען וערן, 


און װאָס מע טוט ניט, 
כאָטש עק זיך אפן אָרט, 

קאָן מען ניט דעם סטראזשניק 
ארויסשלעפּן פון דאָרט, 


צום ברעג איז צוגעקומען 
א פרעמדער, זיך פארטראכט, 

דערזען, אז ס'איז דער סטראזשניק-- 
הילכיק זיך צעלאכט; 


134 


-- װאָס שטייט איר, װוי געליימטע? 
באװײַזט אים נאָר א קארב, 

דאן װעט ער באלד ארויסשפּרינגען 
פון וואסער אפן בארג, 


װי נאָר עס האָט דער סטראזשניק 
דערזען פון װײַט דעם קארב, 
אזוי איז ער פון טײַך ארויס, 
מונטער, קרעפטיק, שטארק, 


136 


קיין פּעטרישקע ניט װערט + 


אמאָל, אמאָל האָט אין שטעטל כעלעם 
געלעבט כאיםיבער דער גוויר, 
אײינמאָל, אין א הייסן זומער-טאָג, 
האָט זיך כאיםיבער, דעם גוויר, 
פארװאָלט זיך אױיסבאָדן, 
זיך אָפּפרישן א ביסל אין טײַך, 
און שווימען האָט ער ניט געקענט.. 

דערהערט כאלםיבערס געשריי, 
זײַנען זיך צונויפגעלאָפן קליין און גרויס: 
דער שערער מיטן שערל אין דער האנט, 

דער שוסטער -- מיט א פּאָר קאפּולעס, 
דער שנײַדער מיטן סאנטימעטער אפן האלדז, 
נאָר ס'איז שוין געווען שפּעט.. 
אפן ברעג איז געבליבן נאָר דאָס אָנטאָן 
כאלםיבערס, 


מענטשן האָבן געקרעכצט, געויקעט, 
נאָר װאָס קען מען טאָן -- פארפאלן! 
נאָר געויקעט און געקרעכצט 
האָט מען ניט אזוי פון גרויס ראכמאַנעס 
אפן גוויר --- 
א גרויסער כאזער געווען, 


איז כאפּט אים דער רועךף - 
נאָר אף עסטער-ראָכלען, אף כאלםיבערס װײַב, 
האָבן אלע גרויס ראכמאָנעס געהאט, 

פאר איר גוט און שוואך הארץ, 


יעדן פרליטיק, ווען מע קוילעט א פּאָר הינער אף שאבעס, 
פלעגט זי, עסטער-ראָכל, 

די קישקעלעך, די קעפּלעך און די פיסלעך | 

פון די הינער אוועקשענקען פאר די אָרעמעללײט. 

איז וויאזוי גיט מען איצט צו וויסן 

איר וועגן דעם אומגליק, 

װאָס האָט זיך געטראָפן, 

ס'זאָל, כאָלילע, זיך ניט אָפּרײַסן דאָס גוטע 

און שוואכע הארץ בא עסטער-ראָכלען. 


נאָר דאָ האָט זיך, װוי פון אונטער דער ערך,. 

פּאַיאװעט שליאָמע דער וואסערפירער און א געשריי געטאָן; 
--- איך, איך! ! כינעם אף זיך דאָס איידעלע שטיקל ארבעט -- 
כ'וועל שוין עפּעס צוטראכטן.. | 


און שליאָמע -- לאנג און דאר, מיטן קליינעם קארטוזל 
און די גרויסע פּאָר שטיוול, 

האָט צונויפגענומען כאיםיבער דעם גווירס אָנטאָן, 
װאָס איז איבערגעבליבן אפן ברעג טײיך, | 

און זיך אװעקגעלאָזט צום גווירס שטוב. 


עסטעריראָכל די גוטע, 

כאלםיבערס װײַב, האָט שליאָמע געטראָפן זיצן אפן נאנעקל 
און טרינקען טיי מיט אײַנגעמאכטס,. / 

און טאקע מיט א גרויסן לעפל פון א גרויסן טאָפּ, 

וי ס'פאסט פאר א גווירנטע., 


-- א גוט-יאָר אליך, עסטער-ראָכל, --- 
האָט שליאָמע געזאָגט, --- וי איר זעט מיך, 


32 


בין איך געקומען צו אײַך מיט ניט קיין ליידיקע הענט, 
איר שטעלט אײַך פאָר, עסטער-ראָכל, 
ניין, איר שטעלט זיך ניט פאָר! 


איך טו א קוק, 
א קאטּעליוש פליט, 
דאָס הארץ האָט מיר, 
נעבעך, פארקלעמט, 
כאייםיבערס א קאפּעליוש 
טייקעף דערקענט, 
טו איך א טראכט, 
אוי, וויי איז מיר, װאָס טוט מען, 
א מינוט צו א מינוט 
איז ניט גּלײַך, --- 
ער קאָן דאָך, כאָלילע, 
ארײַן אין א בלאָטע 
אָדער דערטרינקען 
גאָר ווערן אין טײַך.. 
איך שטיי און איך קוק 
און איך גלייב ניט די אויגן-- 
דער קאפּעליוש פליט, 
אזוי װוי א פויגל, 
אוי, וויי איז מיר, --- טו איך א קלער, --- 
א שפּילעכל, א קלייגיקליט, - 
א קאפּעליוש ---א מיליאַנער! 
און איך טו מיר א קלער-- 
דער קאפּעליוש קאָן דאָך 
ארוף אף א סטויפ--- 
וועלן מענטשן מיינען, -- 
אז ס'איז טויט כאיםיבער, 


נאָר... עסטער-ראָכל... 
ס'איז, כאָלילע, מיט כאלם-בערס קאפּעליוש 
גאָרניט ניט געשען. 


8 


אָט האָב איך אים אײַך געבראכט גאנץ, 

טרוקן און אפילע ניט צעקנייטשט, 

אָט, האָט איר שוין איינמאָל ---גוט, 

גיי איך מיר װײַטער, און װאָס זשע 
דערזע איך? 


עס פליט אין הימל 

א גרויסע פּאָר הויזן -- 

די הענט און די פיס 

מײַנע פיבערן -- 

דאָס זײַנען דאָך, גאָט מײַנער, 
אײַער כאיסיבערס דעם גווירס 
סאמע טײַערסטע פּלידערן. 
מינוט צו מינוט 

איז ניט גלײַך -- 

זיי קאָנען, באָלילע, 

ארלין אין א טײַך 

אָדער צום גאָרטן 

פארשלעפּט זיי דער שלאק, 
און אױספּוצן װועט זיך 

אין זיי א קאבאק, 

און ס'ווצט, פארשטייט זיך, 
דערקענען זײַן שווער, 

ווער איז קאבאק 

און װער -- כאיםיבער! 


נאָר... עסטער-ראָכל, טײַערע, 

כ'האָב א שפּרונג געטאָן, פּונקט כ'זאָל אלט זײַן צוואנציק יאָר, 

און מײַנע פיס זײַנען ניט אָנגעטאָן אין די-אָ גרויסע, נאסע 
שטיװואַלעס, 

און די הענט ניט געשװאָלן פון שווערער ארבעט, 

און אָט זײַנען זיי, אײַער כאיםיבערס פּאָר טײַערע פּלידערן, 

און דאָס, װי איך פארשטיי, איז טאקע נאָך אײינמאָל גוט, 

נאָר, עסטער-ראָכל, דעם עמעס אלַך זאָגן; 


139 


כאפּן דעם קאפּעליוש, 

די טײַערע פּלידערן 
געווען איז ניט גרינג, 
נאָר ניט אזוי שווער, 

װי כאפּן דעם שניפּס / 
און די װײַסע מאנישקע, 
װאָס שטענדיק געטראָגן 
האָט דער גוויר כאיםיבער -- 
כאים"בער דער מיליאָנער, 
פונדעסטוועגן, טוט א קוק, 
אַט זײַנען זיי ביידע -- 
סײַ די מאנישקע 

פון װײַסן ריפּט, 

סײַ דער שווארצער 
זײַדע;ער שניפּס, 


און דער, װאָס קען א כעזשבן מאכן, 
וועט מוזן מוידע זײַן, 

אז מיר האָבן שוֹין אזוי גרויס, אזוי קליין, 
וי פיר מאָל -- גוט, 


און אויב גוט, הארציקע עסטער-ראָכל, 

מע װעט אײַך זאָגן, אײַער כאלםיבער איז 
דערטרונקען געװאָרן,. 

גלייב איך, איר װעט פארשטיין, 

אז אף אזויפיל מאָל --גוט, איין מאָל -- 

שלעכט, איז שוין קיין פּעטרישקע ניט ווערט, 


א מײַסעלע וועגן דעם, װאָס ס'איז שוין ניטאָ 


א וועסנע-יווינטעלע האָט שטארק געײיַלט, 

קימאט געפלויגן 

און פּלוצעם זיך פארפּלאַנטעט אין א גרײזיגראָװער 
באָרד, 


א, סארא ווינטעלע, 
אײַ, סארא ווארעמס, 
וי נאָרװאָס פונעם אויוון, צוגעקימלט מיט קימל, -- 
האָט געקװיקט זיך שלוימע-בער דער בעקער, 
ניט געקענט זיך מיט דעם צעשיידן | 
האָט אָבער דאָס ווינטעלע צוגעזאָגט דעם אפּטײיקער 
נאָך הײַנט אראָפּבלאָזן דעם שטויב פון זײַנע ברילן, ‏ 
זיי זעען ניט, אין וועלכן פּודעלע ליגן די מיאטגע פּילן, 
ס'איז אוואדע א גרויס ראכמאַנעס אף שלוימעיבער דעם 
בעקער, 
נאָר א װאָרט איז א װאָרט, 
דארף מען צולילן. פאר דער ארבעט האָט עס באקומען ניט 
| קיין האלבע, 
ניט קיין פערטל, ‏ . | 
נאָר א גאנצע קײַלעכדיקע פּיל, 
ניט באוויזן האָט דאָס ווינטעלע. 
אפילע א לעק טאָן די מיאטנע פּיל, 
האָט זי א שפּרונג געטאָן און איז אנטלאָפן, 
יאָגט דאָס ווינטעלע און, דאכט זיך, 


141 


שוין דעריאָגט, 

טוט די פּיל ווידעראמאָל א שפּרונג 

אף א שטעלעכל פון צוקערקע-הענעכלעך, 

דאָס ווינטעלע נאָך דעם, 

טוט די פּיל א שפּרונג אף א שטעלעכל פון שאַָקאַלאד- 
העזעלעך, 

דאָס ווינטעלע נאָך דעם, 

טוט די פיל א שפּרונג אף א שטעלעכל פון צוקער-פערדעלעך, 

שטייט א צוקעריפערדעלע צוגעבונדן צום צוקער-פּארקן, 

בינדט דאָס ווינטעלע אָפּ דאָס צוקער-צלימל, 

זעצט זיך אפן צוקער-זאָטעלע און הײַדא: 

-- גיי דעריאָג מיך, 


פארשטייט זיך, 

דאָס ווינטעלע װאָלט איינס און צוויי, 

מיסטאמע, געכאפּט די פּיל, 

ווען פּלוצעם דערהערט עס ניט, װי ס'כליפּעט א קינד; 

-- כ'קען ניט אופוועקן מײַן פארכושטן סאָד! 

-- װוּ זשע וואקסט דײַן פארקישעפטער סאָד?-- 

פרעגט דאָס ווינטעלע בא הענעק-בענעקן, 

-- אף די פּאָלעס פון מײַן עלטערבאָבעס שטרויענעם הוט, 

-- און װווּ זשע געפינט זיך דײַן עלטערבאָבעס 
שטרויענער הוט? 

-- ער געפינט זיך אין א קרום-קײַלעכיק געסעלע, 

אין א קרום-קײַלעכיק שטיבל, 

אף א קרום-קײַלעכיקן בוידעם, 


--- וויין ניט, הענעקיבענעק,--- 

זאָגט דאָס ווינטעלע. -- 

קום, לאָמיר פללען. 

איינס-צוויי און זיי זײַנען שוין אפן אָרט, 

א סקריפּע געטאָן האָט די פירטקע, 

װאָס איז שוין ניטאָ, 

א ציטער געטאָן האָט א בלעטל אף דעם בוים, 


* | 142 


װאָס איז שוין ניטאָ, 

א קרעכץ האָט געטאָן דער לייטער, 

וועלכער איז שוין ניטאָ, 

הענעקיבענעק און דאָס ווינטעלע האָבן זיך אופגעהויבן 
אף די שפּיץ פינגער אף דעם בוידעם, 

װאָס איז שוין ניטאָ, 

א בלאָז האָט געטאָן דאָס ווארעמע ווינטעלע 

און אופגעוועקט פון שלאָף די געלע פערעשקעס, 

די גרינע װײַנטרויבן, 

די רויטע װײַנשל, 

די שווארצע פלוימען, 

די עפּל, די בארן, 

אופגעװועקט דעם סאָד 

אף די ברייטע פּאָלעס 

פון הענעקיבענעקס עלטערבאָבעס שטרויענעם הוט. 


און אצינד װוילט איר מיסטאמע ויסן, 
וװוּ איז דאָס ווינטעלע? 
בעסאָד-יסוידעס קען איך אײַך זאָגן: 
-- שוין העכער זעכציק יאָר... 

עס סווישטשעט בא מיר אין קאָפּ, 

עס סווישטשעט מיר לידעלעך 

און מײַסעלעך וועגן דעם, 

װאָס ס'איז שוין נישטאָ 

און ס'וועט קיינמאָל שוין ניט זײַן. 


144 


דעם קיניגס צעפּל - יי 


אמאָל, אמאָל, אין יענע יאָרן, | 
ווען דער אינדיק מיט דער אינדעטשקע + 
פלעגן אין קארעטעס פאָרן, | | 
ווען גענדז האָבן געטראָגן אָרדענס, 

גאָנערס -- עפּאָלעטן, 


- און גלאט אזוי בעהיימעס -- 


צילינדערס און לאָרנעטן, 


האָט געהערשט בעקאָװעד-גאָדל, 

מיט מאזל און מיט גליק, | 
דער הויכגעשעצטער קיניג שעבעקיניג. 
איידל-דאָדליסמיק, 


יעדן איז געווען באקאנט ‏ 
אין דעם מאנדארינעןילאנד, . 


אז טײַערער פונעם קיניגס גילד'נעם געוואנט 


און פון זײַן בריליאנטענעם קאָפּ אפילע 
איז זײַן גלאנציקער פּאריק, 

װאָס פלעגט באשײַנען אלץ און אלעמען 
מיט כעסעד און מיט גליק, 


האָט מען גענייגט זיך, געבוקט זיך 
פארן געטלעכן פּאריק 

פונעם הויכגעשעצטן קיניג שעבעקיגיג 
איידל-דאָדל-סמיק, 


9--8 


די שײין פון פּאריק זאָל, כאָלילע, ניט בלענדן, 
האָט מען געקוקט אפן צעפּל נאָר, 

װאָס פלעגט זיך טעלעבענדען 

אפן קיניגלעכן קארק. 

ניט אָנגערופן, כאָלילע, דעם שעם פון גאָריגאָר -- 
געזאָגט נאָר: ס'צעפּל גייט! ס'צעפּל ניסט! 

לעבן זאָל עס הונדערט צוואנציק יאָר! 


בוקט זיך שוין די גאנצע איידע 

פארן צעפּל פון פּאריק 

פונעם הויכגעשעצטן קיניג שעבעקיניג 
איידל-דאָדליסמיק, 


פּלוצעם פליט א פויגל אָן-- 

פון ערגעץ װײַטע לענדער, קענטיק, 
שׂארף דער שנאָבל, שארף די טלאָען, 
קוקט פון אויבן -- דאכט, א װאָרעם., 
ווארפט ער זיך, דער ווילדער מאזיק: 
כאפּ! און טראָגט אוועק דאָס צעפּל 
מיטן געטלעכן פּאריק, 


קאַהאָל טומלט, א יעלאָלע, 

וויינטט--א שטראָם פון טרערן גיסט זיך, -- 
און פארגעסט דעם קיניג שעבעקיניג, 

װאָס וואלגערט, נעבעך, שוין אין מיסט זיך.. 


איז פארבליבן בלויז די מײַסע: 

,אמאָל, אמאָל, אין יענע יאָרן..? 
איבערכאזערן פונדאָסנלי זי, 

וועט איר מיר מיסטאם ניט גלייבן.. 
פרעגן: ,, אין וועלכן יאָר איז דאָס געווען?" 
וי זשע קאָן איך אײַך דערװײַזן, 

אז ס'איז טאקע געשען? 


145 


אָן דעם צעפּל, דעם פּאריק 

איז דאָ פארבליבן בלוין א , פּשיק" 
פונעם הויכגעשעצטן קיניג שעבעקיניג 
איידל-דאָדל-סמיק, 


די שטרויענע פריצע 


אמאָל און אמאָל, נאָך אין יענע יאָרן, 

ווען אינדיקעס פלעגן אין די קארעטעס פאָרן, 
ווען די לאַשעקעס האָבן געטראָגן שטיבלעטן, 
די הענער שפּאָרן, די גאָנערס עפּאָלעטן 

און זאטע ציגן, געשטאָפּט קיין אײַנהאָרע, 
פלעגן זיך מעלקן מיט זיסער ציקאָריע, -- 


טאקע אין יענע יאָרן האָט א הונגעריק קינד 
ניט געקענט אנשלאָפן װוערן, 

געוויינט, געכליפּעט און האָט פארלוירן 

די סאמע שענסטע צוויי טרערן. 


דארף פּאסירן אין א מיטן מיטװאָך -- 
צום גאָלדשמידער יוינע-איציע 
פירט צו א פאעטאָן ביז צו טיר 
א דארע יעפייפע --א שטרויענע פּריצע, 


זי נעמט ארויס פון פּליושן קעסטעלע 
צוויי ליכטיקע שטערן-- 

א מאטאָנע, װאָס האָבן איר געשענקט 
די שטרויענע קאוואליערן, 


-- מײַסטער, -- זאָגט די שטרויענע פריצע, -- 
כ'וויל, דו זאָלסט גוט באקלערן 


147 


און אָפּשאצן, װאָס האָבן די ווערט 
אָט אזעלכע צוויי ליכטיקע שטערן 


שיר ניט געכאלעשט האָט יינעיאיציע -- 
נאָך ניט געזען אזוינס זינט געבוירף 
פאראן דען א פּרײַז אף זויבערע טרערן, 
װאָס א קינד האָט פארלוירן? 


די פּריצע האָט זיך אזש אָנגעצונדן, 
פארלוירן דעם זינען דעם קלאָרן. 

און ביז עפּעס װאָס און ביז עפּעס ווען, 
װי א קוליע שטרוי פארברענט געװאָרן. 


די וועלט איז א כאַלעם 


דער כעלעמער כאָכעם שפּאנט איבערן פינצטערן צימער 

בי און טראכט: 
ס'איז גאָרנישט ניט פאראן! ס'איז אלץ נאָר אויסגעדאכט. 
נישטאָ קיין הימל, נישטאָ קיין ערד, נישטאָ קיין שטערן; 
נישטאָ קיין כוישעך, קיין ליכט, קיין זײַן און װערן! 


די װועלט איז א כאָלעם, אונדזער דימיען בלויז! 
שפּאנט ער אזוי איבערן פינצטערן הויז 
פארשמלעט, פארטאָן אין דעם טיפן געדאנק 
און שלאָגט זיך אָן בא דער שארף פון א באנק. 


טוט ער א שמייכל און מאכט אף צוריק א שפּאן 
-- אפּאָנעם, -- זאָגט ער, --אז א באנק אין יאַ פאראן!. 


149 


150 


מײַן יערושע 


מײַן זיידע, אָלעװהאשאָלעם, האָט פארן טויט, 
כ'זאָל אֹף אים כאָלילע ניט האָבן קיין פאריבל, 
פארזאָגט און געכאסמעט פאר מיר בעיערושע 
זײַן טײַערן, זײַן אלטמאָדישן זייגער-ציבל, 


דארף אָבער פרײַטיק זיך טרעפן אן אומגליק, 
מײַן צעטראָגענע, מײַן קורצזיכטיקע סאָרע-סאָסל 
כאפּט אלפּייטאָעס מײַן זיידנס זייגער-יציבל 

און פארברוינט מיט אים דעם ראָסל, 


פון דעמלט אָן זוך איך א מײַסטער 

מיט גאָלדענע הענט און מיט א לויטערן קאָפּ. 
עפּעס איז אין מיר קאליע געװאָרן--- 

אָדער איך לויף, אָדער איך שטיי אָפּ. 


מײַן זיידנס בוך 


אין מײַן זיידנס סייפערל 

אפן דריטן בלעטל 

האָט א ווערעמל א ווערעמדיקס 
זיך אויסגעבויט א שטעטל; 


די גאסן און די געסלעך 
קרום-קײַלעכדיק פארדרייטע, 
די גאנעקלעך, די בוידעמלעך 
אזוי װוי אויסגענייטע. 


און דאָרטן אין די אלקערלעך 
געלעבט עס װאָלט ביז הײַנט, 
די ביידע טאָוולען לעדערנע 
געהריזעט און געקײַט. 


און איך װאָלט פון דעם ווערעמל 
אפילע ניט געקלערט 

און וויסן ניט געװוּסט דערפון 
און הערן ניט געהערט, 


אז ס'איז דאָ אזא באשעפעניש, 
װאָס ווייסט ניט פון דערפון, 
װאָס אזוינס לעװאָנע הייסט 
און װאָס אזוינס הייסט זון, 


131 


װאָס אזוינס א ריטשקע איז, 
װאָס איז קעלט און היץ, 

און ניט געהערט קיין דונערן 
און ניט געזען קיין בליץ. 


ניט געװוּסט אויך פון קיין רויזן, 
אפילע ניט געשמעקט, מיר דוכט, 
זיס און ביטערס אף זײַן לעבן 
קיינמאָל ניט געפּרוּווט, 


מײַן זיידע רעב ייִצכאַק 


ניט הײַנט, ניט געכטן, 

און ווייס אויך, אז ניט פאראיאָרן 
איז מײַן זיידע רעב ייִצכאָק 
געוווירע געװאָרן -- 

אף יענער זײַט נאכט 

און עפשער נאָך װײַטער 

האָבן פאר צענדליקער יאָרן 

די ליכט אין די לײַכטער 
אָנגעטריפט א כאָלעם-שטאָט פון כיילעוו. 
ניט איבערצוטרײיַבן, 

אזא שיײנקלט האָט נאָך קיינער ניט 
געפּרוּװוט זיך באשרליבן. 

פון כאָלעם די טורעמס, 

די הײַזער, די בוימער, 

און ס'וווינען דאָרטן, 

זאָגט מען, פארכאָלעמטע טרוימער. 


האָט מײַן זיידע רעב ייִצכאָק 
אפן ניכטערן מאָגן 

די קליאטשע די בלינדע 
געשפּאנט אינעם װאָגן, 

זיך צעקושט מיט דער באָבען 
און אף גאָטס באראָט 
אוועקגעהינקט זוכן 


133 


די פארכאָלעמטע שטאָט, 
אײַ, װאָס דארף דאָרט 
מײַן זיידע, זאָל לעבן, 
קען ער אליין זיך 

קיין ענטפער ניט געבן, 


ווילסטו -- וויין, 
ווילסטו -- לאך, 
הערט א מײַסע, 
הערט א זאך, 


נעם איך נאָר 
און דריי מיר אָן 
אונדזער אלטן 
פּאטעפאָן, 


דאכט זיך אויס 

צום אלעם ערשטן, 

אז ער שיט 

מיט באָב און גערשטן, 


וי א האָנל 

אף א דאך, 
הערט א מײַסע, 
הערט א זאך, 


נאָכדעם פּלוצעם 
מיטאמאָל 

נעמט ער 

מיט זײַן טעמפּן קאָל, 


155 


וי א בינעלע 
מעריקען, 

היקען, היקען, 
היקען, היקען, 


ניט קיין װאָלעכל, 
ניט קיין שער, 
ניט אהין 

און ניט אהער, 


ביז מע טוט אים 
ניט קיין פּיק, 
מאכט ער שטענדיק 
פוילע שטיק, 


ווילסטו --- וויין, 
ווילסטו -- לאך, 
הערט א מײַסע, 
הערט א זאך, 


מאמעליגע 


מאמעליגע, מאמעליגע 
עסט מען אָן א מעסער, 
און מע כאפּט א גלעזעלע 
פון די אלטע פעסער. 


מאמעליגע, מאמעליגע, 
אוי, דו פּערעאָדאָם! 
מאמעליגע, מאמעליגע 
שנײַדט מען מיט א פאָדעם. 


מאמעליגע, מאמעליגע -- 
הייסע זון א טעלער. 

לאָזט זשע מיך, לאָזט זשע מיך 
זיך אָפּקילן אין קעלער. 


שענק זשע מיר א דודעלע, 

א פײַפעלע, מײַן כאווער, 

װועל איך אױסשפּילן דעם װײַן 
א ניגן א מאָלדאווער. 


אוי, אוי, אוי, א לידעלע, 

א ניגן --, בודטי זדאָראָװוי?, 

און טאָמער טוט איר נאָר א פיפס, 
אנטלויף איך קיין מאָלדאָוע. 


157 


אין פאריזש 
אין פּאריזש, אין פּאריזש 
וווינען, זאָגט מען, אייד'לע פיש, 


טאָמער עסט איר פיש מיט כריין 
און אײַך טוט א שטאָך א ביין. 


בעטן באלד אליין די שלליען 
מויכל זײין און זי פארצליען, 


און זיי שווערן בא דעם לעבן, 
קיינמאָל אײַך קיין שטאָך ניט געבן. 


אין פּאריזש, אין פּאריזש 
וווינען, זאָגט מען, אייד'לע פיש. 


158 *י10 


מע זאָגט 


מע זאָגט, אז באם טײַך סענע, 
צוריק מיט א פּאָר טעג, 
געלאָזט האָבן די שלײַען 

א בריוול אפן ברעג: 


,טאָמער עמעץ דארף אונדן -- 
אומזיסט זײַן טירכע הײַנט, 
מיר שווימען עסן פיש-יויך 
בא אונדזערן א פרײַנט". 


159 


דער ריקשע 


ווער ס'קען ניט יונסענען, 
דער קען ניט פארשטיין, 
אז א מענטש אין די יאָרן 
זאָל פּאמעלעך ניט גיין. 


נאָך עפּעס א קלײניקײַט -- 
א שוועבעלע קויפן 

יונסען װעט גיט גיין, 
יונסען װעט אײַך לויפן, 


ווער ס'קען ניט יונסענען, 
דער קען ניס פארשטיין -- 
א געוועזענער ריקשע 
איז אָפּגעװינט גיין.. 


10--8 180 


5: 


וואגט ניט 


כ'גיי ארום א פארליבטער ערשט איצט אף דער עלטער, 
מעשוגע צו װוערן -- דאָס לעבן געפעלט מיר. 


װעל איך באם שנײַדער א סערדעט באשטעלן פון טרוימען, 
באם קירזשנער --א קאפּעליוש מיט אן עמעסן קוימען. 


א ליבע פארלעשן איז דער טויט ניט בעקוייך, 
פלאמט זי אין הארצן און שטיקט זיך אין אייגענעם רויך. 


לאָזט א מעשוגענעם ארומלויפן אין די גאסן, 
כ'האָב אונטערגעצונדן אונטער זיך די אָפּצאסן. 


וואגט ניט דאָס מעשוגאס מײַנס צו באדויערן, 
כ'בין ווידער פארליבט ביז איבער די אויערן, 


163 


164 


קראָסנע 
געװידמעט מײַנע לאנדסלײט 


עפשער איז מײַן שטעטעלע 
גאָר קיינמאָל ניט געװען? 
עפשער האָב איך, קראָסנעז, 
אין כאָלעם דיך געזען? 


עפשער האָט מײַן מאמע 
אויסגעבענקט דײַן שטילקײַט? 
עפשער האָט מײַן קאלע 
אויסגעהעפט דײַן מילדקליט? 


עפשער, וי דאָס ציגעלע, 
פאר די קינדערטוועגן 
ביסט געפאָרן קויפן 

א זומערדיקן רעגן? 


האָט עמעצער געגעבן 
דעם בייזן װאָלף צו וויסן, 
האָט ער דיך אינמיטן וועג 
אף שטיקעלעך צעריסן, 


1 א שטעטעלע אין וויניצער געגנט. 


עפשער אָט די ביימער, 
װאָס שטייען אפן גאס, --- 
איז ייִדל מיטן פידל 
און בערל מיטן באס? 


און עפשער... און עפשער... 
זע איך אלץ אין שלאָף? 
עפשער איז מײַן קינדהײַט 
א כאָלעם אָן א סאָף... 


166 


עטלעכע ווערטער 
צו מײַנע לייענער 


װאָס פאר א דיכטער 
װאָלט ניט װעלן, 

אז זײַנע לידער 
זאָלן געפעלן, 


ער זאָל וויסן, 

אז אױסנװייניק 

קענען די קינדער 

;די בריוו צו זײַן אייניק", 


,דאָס ליד פונעם שלײַפעך", 
;דאָס ליד פונעם שמידעךר? 
דאָס גאנצע ביכל 
מיט זײַנע לידער, 


וויסן, אז ניט אומזיסט 
ער קויפט אָן א שיר 
מעקערס אוֹן קלעקערס 
און טינט מיט פּאפיר, 


װאָס פאר א דיכטער 
וויל ניט וויסן, 

אז עפּעס קאַן מען 

פון זײַן שרײַבן געניסן, 


אז דער, װאָס ער לייענט עס, 
פארטיפט זיך אזוי, 

דערלאנג -- ועט ער קײַען 

א פאראיאָריקע שטרוי. 


פונדעסטוועגן מיין איך, 

אז עס איז גאָרניט קעדלי, 
איר זאָלט לייענען מײַן ביכל, 
ווען איר זיצט אין טראמוולי, 


בעסער ניט וויסן 

פון מײַן ביכל קיין װאָרט, 
נאָר אָפּטרעטן אָפטער 

א באיאָרטן דאָס אָרט, 


צוויי ברעטער ‏ 


זײַן צימער--א שפּאן, - 
צוויי ברעטער --- זײַן בעט, 
אופכאפּן פון שלאָף װעט זיך 
באנאכט דער פּאָעט, 


דאָס הארטע געלעגער 
פארגראמען ער וועט, 
צוויי הארציקע שורעס 
װועט װערן זײַן בעט, 


פּרוּװווט אײַך --- און מאכט אים 
א געלעגער פאר געטער, 
װעט ער ניט בײַטן 

אף זײַנע צוויי ברעטער, 


168 


די שין 


מײַן קינד, װאָס קען ניט קיין ייִדיש, 
זאָגט, אז די שין װאָלט מען געקענט אוועקשטעלן 
אפן פענצטער נעענטער צו דער זון, װאָלט אויסגעוואקסן 
פוֹן די דרײַ בוטאָנען קווייטן.. . 
שלין, 
שאָלעם, 
שטערן, 


169 


קאיאַר 


כ'האָב ליב די שפּיל 
פון מעש מיט גרינעם, 
דעם קילן ציטער 

פוֹן נאכט מיט גינען. 


כאָטש דער טאָג 
איז נאָך ניט אױסגעטראָגן, 
נאָך שלעפעריק איז 

זײַן גוטמאָרגן, 


נאָר פון אלע שפּאלטן, 
פון אלע גריבער 

די מילך און דער האָניק 
רינט שוין אריבער, 


10 


מיט װאָס באצאַלן 


אָ, ווען איך בין א הימל, 
װאָלט איך באצאָלט אײַך מיט שטערן. 
אָ, ווען איך בין א פיש, 


װאָלט איך געצאָלט מיט גאָלדענער ליסקע. 


ווען איך בין א בוים, 

װאָלט איך געצאָלט מיט מאראנצן. 
ווען איך בין א יאם, 

װאָלט איך געצאָלט אײַך מיט פּערל, 


ווען איך בין א נאָדל, װאָלט איך געצאָלט 
מיט קליידונג, 

ווען איך בין א פּײַער --מיט ווארעם, 
לאָמיר אויסטרינקען פאר דשט אלעם. 


171 


טיי מיט שטערן 


אך, 

ווען אלץ 

זאָל קאָנען 

זיך אומקערן צוריק! 
צו מיר -- 

אפן שפּיץ מעסער 
מײַן שטיקעלע גליק, 


צו דער געשאָכטענער גאנדז-- 
דער פלעדערוויש, 

צום טרוקענעם טײיך -- 

דער גאָלדענער פיש, 

צו אים, : 

צו מײַן בעניאָכיד -- 

די כאָלעם-קאָלירן 

פון לאנג-געפּלאצטע 
זייף-פּוכירן, 


די נעכטיקע נאכט, 

װאָס האָט טיי מיט שטערן 
דעם קינד געבראכט, 

שלאָף זשע, שלאָף, 

מײַן נארעלע, שלאָף, 
טרוימען האָבן ניט קיין סאָף. 


12 


צום זון 


-- װאָס איז א טאטע? 

א טאטע איז אלץ: 

דײַן בלוט און דײַן אָטעם, 
דײַן ברויט מיט דלַן זאלץ, 


איז האָב עס אין זיגען. 
איך זאָג עס דיר הײַגט, 
וי דײַנער א פאָטער, 
וי דײַנער א פרײַנט; 


-- דאָס לעבן פאר דיר 

וװעט קיין טעפּיך ניט שפּרײטן, 
און טאָמער באדארפסטו 

פון איין ברעג צום צווייטן, -- 
מע װועט דיר ניט ציִען 

קיין זוניקע בריקן, 

דאָס גאָלדענע שיפל 

אנטקעגן ניט שיקן, 

וועסט דארפן, מײַן ליבער, 
אליין זיך באמיען 

אין דײַנע פּאָר שטיוול 

די כוואליעס אריבער, 


ערשט דאן װועט מײַן עלטער דיר וװערן 
פארטרויט, 


173 


ערשט דאן װעל איך פילן דעם טאם פון דײַן 
ברויט, 

זע, טאָמער וואקסטו אויס א הונט, 

א הונט, מײַן יונגערמאנטשיק, 

זאָלסטו האָבן צו געדענקען, 

אז ס'איז דאָ א קאגטשיק, 


157 


א זון מיט א רעגן 


א זון מיט א רעגן 

אין דרויסן אצינד, - 
דערמאַנט מיר דער הימל 
מײַן פּיצעלע קינד, 

די טרייסט פון מײַן עלטער, 
די אייניקלעך מײַנע, 

קאָנען אויכעט איינצליטיק 
אי וויינען, 

אי שײיַנען, 


175 


טאָמער געפינסטו 

א שארפשטיינדל פון זאמד, 
דאָס מעסערל טעמפּע 
וועסט אָנשארפן באלד, 
דאָס זעגל. װעט זעגן, 

דאָס שערל װעט שערן, 

א מענטש נאָר א טעמפּער 
װעט שארפער ניט װערן. 


118 176 


די װאָג 


פאראנען א װאָג 

מיט װײַזערלעך לינדע -- 

א װאָג, װאָס מע וועגט אף איר 
פיצעלעך קינדער. 


דער קלייטניק וועגט 
קארטאָפל א קאָשעק, 

עס וועגט דער אפּטײיקער -- 
א זעלטענעם פּראָשעק, 


נאָר מײַן װאָג מע קויפט ניט 
אין ערגעץ פאר געלט, 
ס'האָט קיינער מײַן װאָג 

ניט געזען אף דער וועלט, 


נאָר דאָך דארף איך זאָגן, 
אז כ'וועג אָפּ פאָרט 
שטענדיק און טאָמיד 
יעדער מײַן װאָרט, 


177 


128 


װאָס װוּ איז באהאלטן 


ביימער באהאלטן . / 
די װאָרצלען אין דער ערדן - 


| דער זעלנער אין שיידל . 


זײַן שטאָלענע שווערד,. 


א יאָדער א זיסער 
באהאלט זיך אין ניסל, 

דער קעז אין די קנישעס, 
װאָס זײַנען אין שיסל. - 


אונטער דער שאָלעכץ. . 
דער װײַסער, װי שניי, 
פארבאָרגן עס האָט זיך 
דאָס געלכל פון איי, 


און נאָר בא די מענטשן, 
די וויסטע נאראָנים, 
ליגט דער טיפעש 

אפן פּאָנעם. . . 


זשוטשקע 


כוץ א שטיקל צוקער, 

א געשמאקן ביין, 

דארף מײַן הינטל גאָרניט, 
האווקען -- איינמאָל ניין, 


נאָר הלינט, ווען טיר-און-טויער 
שטיי'ן אף זיבן שלעסער, 
צעהאווקעט זיך מײַן זשוטשקע, 


וי אף א גאזלען מיט א מעסער, 


מיין איך, אף מײַן לעבן 

לויערט א סאקאָנע, 

לאָזט זיך אויס -- מײַן זשוטשקע 
בילט אף דער לעװאָנע, 


19 


זינט אין א טײַך 

איז מײַן היטל אראָפּ, 

טראָג איך פון דעמלט 
| א טויב אף מײַן קאָפּ, 


נאָר דער, װאָס סע ווייסט ניט, 
מיינט, איך בין גרוי, 

אזוי װוי דער אש 

פון א טרוקענער שטרוי. 


180 


טעג פון גרויסן שװײַגן 


סאָף יאָרן 

װעט שוין קיינער ניט לײַגן, 
עס קומען די טעג 

פון גרויסן שװײַגן, 


פון שטילן ווארטן, 

פון זיסן צאנקען, 

פון װעלן דאָס מינדסטע 
גרעזל באדאנקען, 


טעג פון טײַנעס 

צו זיך אליין, 

פון װעלן א קוש טאָן 
אפילע א שטיין. 


181 


182 


כ'ווייס ניט 


מיר זײַנען אין א קרײַז געשטאגען 
און יעדער װאָרט געשלונגען פון איר מויל, 
געגאן א רייד איז וועגן טיצלאנען, 


וועגן קונסט, װאָס זעט דעם מענטשן הויל, 


נאָר איך, איך ווייס ניט, ער איז שענער, 
ווער פון ביידע איז דעם הארצן מערער מילך, 
צי די, װאָס שטייט אין קרלײַז פוֹן מענער, 

צי די, װאָס קוקט ארויס פון בילך, 


כאנעלע 


-- עפשער זאָל איך, כאנעלע, 
ווען קיינער װעט ניט זײַן, 

ווען טיר-אוןיטויער צוגעמאכט. 
און צוגעדרייט די שײַן, ‏ | 


עפשער זאָל איך, כאנעלע, 
דיר אַנקלאפּן אין טיר, 
איין מאָל און צוויי מאָל 
און דרי מאָל און פיר... 


-- אוי, מאַטעלע, מעשומעד! 

דוֹ רייד צו מיר ניט בעסער! 
װאָס טו איך, אז עס קלאפּט גאָר 
א גאזלען מיט א מעסער? 


אָנגעקלאפּט און אָפּגערױבט 
און זוך אים אף דער ועלט, 
אוי, צוזאָגן, אוי, ליב האָבן 
קאָסט דאָך ניט קיין געלט! 


-- עפשער זאָל איך, כאנעלע, 
ווען קיינער װעט ניט זײַן, 
ווען טיר-און-טויער צוגעמאכט 
און צוגעדרייט די שײַן 


182 


עפשער זאָל איך אָנקלאפּן 
אין פענצטערל צו דיר, 
איין מאָל און צוויי מאָל 
און דרײַ מאָל און פיר... 


-- אוי, מאָטעלע, מעשומעד, 

דו מייגסט, איך בין א קינד, 
װאָס טו איך, אז עס קלאפּט גאָר 
אין פענצטערל דער ווינט? 


אָנגעקלאפּט און אָפּגענארט -- 
און זוך אים אף דער װעלט! 
אוי, ליב האָבן; אוי, צוזאָגן 
קאָסט דאָך ניט קיין געלט, 


א װאָלעכל 
מיט שלע בען שיַע איז א מײַסע פארלאָפן, 
שירישיר וװערט ער נעכטן אף אייביק אנשלאָפן. 


איילי-ליולי, 
איילייליולי, 


ניט פון געכאפּטע קאלטע קלעפ און ניט פון הייסע פּעטש, 
עס האָבן אים די ענגע שיך זייער שטארק געקוועטשט, 


איילי-ליולי, 
איילייליולי, 


האָט שיע בען שלע זיך יאַמערלעך געזונגען 
און אזש ביז דער סטעליע פון ווייטעק געשפּרונגען. 


איילייליולי, 
איילייליולי, 


נאָר ניט אױסגעטאָן די שיך, געבערשטלט ביז א גלאנץ, 
זאָל די װועלט זיך מיינען, אז א װאָלעכל ער טאנצט, 


איילי-ליולי, 
איילי-ליולי, 


185 


186 


מײַן שיינער 


בין איך מיר געגאנגען 


| שטיוועלעך צו קויפן, 


ניט אזוי די שטיװעלעךף- 
וי זיך דורכצולויפן, 


דורך די גרינע גראָזן, 
דורך די פעלדער ברייטע, - 
װוּ עס וואקסן בא דעם װעג ‏ 
רויטע מאָנען-קװײיטן, 


רויטע קווייטן זײַנען שיין -- 
שענער איז מײַן שיינער, 
רויטע קווייטן דאָ א סאך-- + 


נאָר מײַן ליבער -- איינער, 


וי א שטערן איין-אליין + 
פליט פון הימל שווארצן, - 
קומט די ליבע, טוט א קלאפּ 
אין פענצטערל פון הארצן, 


טאטע-מאמע פרעגן מיך; 

-- װוּ איז דײַן באשערטער? 
-- טאטע-מאמע, -- זאָג איך זיי 
מיט אזוינע װערטער; 


-- אײַער לעבן שטעלט אײיַך פאָר, 
וי א זון א גרויסע, 

צו דער העלער גרויסער זון 
שווארצע װאָלקן פּויזען, 


פריילעך לעבן אין דער שטוב -- 
נאָר אף אָנצוקװעלן! 

װועט איר סאָנים דאָך ניט לאָזן 
איבערגיין די שװועלן? 


זײַנען היטער בא דער גרענעץ 
טאָג און נאכט פאראנען, 
אונדזער לעבן היטן זיי, 

טיפע פריידןייאמען, 


-- טאטע-מאמע, -- ענטפער איך 
מיט אזוינע ווערטער, -- 

| צווישן יענע היטער איז 
פאראנען מײַן באשערטער, 


זאָגט צו מיר מײַן שוועסטערילעבן 
ווערטער אומגעריכטע: 

-- בא מיר וואקסן אלערליי, 

אין א וואלד געדיכטן, 


ווינט און רעגן, קעלט און פינצטער 
מונטערקײַט פארטרייבן, --- 

קען דען וואכקײַט בא דײַן באַכער 
שטענדיק איבערבלײַבן? 


ענטפער איך מײַן שוועסטערילעבן. 


-- שטענדיק וואך מײַן שיינער, 
וי די צװײַגן פון א דעמב 
זײַנע שטארקע ביינער, 


1827 


188 


סײַ אין רעגן, סײַ אין וויגט, 
סײַ אין קעלט און פינצטער, 
וואך זײַן אויער און פארנעמט 
אלע שאָרכן מינדסטע. 


שטעלט א סוינע נאָר א פוס 
אף די גראָזן ווייכע, 

ברעכט א צװײַגעלע זיך אײַן, 
ס'טוט צום אויער גרייכן, 


שטענדיק מונטער, שטענדיק וואך, 
קיינמאָל ניט קיין מידער -- 
וואקסט ער פאר די סאָנים אויס 
מיט אלַזו-פעסטע גלידער, 


בעטן מיך די ברידער מײַנע: 

-- מוזסט אונדז, שוועסטער, זאָגן, 
פליל פון בויגן פליט א הירש, 

צי װעט ער אים דעריאָגן? 


ענטפער איך די ברידער מײַנע, 
-- ס'האָט אזוינס געטראָפן; 
דורך דער גרענעץ איז א סוינע, 
וי א הירש אנטלאָפן, 


װינטער-צײַט געוועזן דעמלט, 
שניי און ווינט אנטקעגן, 
פלינק געלאָפן איז מײַן שיינער 
באָרװעס איבער וועגן. 


אלדאָס שווערע אָפּגעװאָרפן, 
לײַכטער זײַן דעריאָגן, -- 
אָט אזוינע זין געטרײַע 

טוט מײַן לאנד פארמאָגן! 


שווער געאָטעמט האָט זײַן ברוסט, 
געפרוירן זײַנען פינגער, 

פײַל פון בויגן יאָגט דער סוינע-- 
נאָר מײַן שיינער פלינקער. 


אָנגעיאָגט, דעריאָגט אים -- שטיי! 
ריר זיך ניט פון אָרט! 

ברידער מײַנע, יונגע ברידער -- 
אָט איז אײַך מײַן װאָרט! 


קומען כאווערטעס געטרליע, 
קומען מיך באגלייטן, 
ברענגען מיר די כאווערטעס 
גרויסע רויטע קווייטן, 


זי דערלאנגען מיר די קווייטן 
מיט אזוינע װערטער: 

-- שענער זײַנען קווייטן, 

צי שענער דײַן באשערטער? 


-- רויטע קווייטן זײַנען שיין, 
שענער איז מײַן שיינער, 
רויטע קווייטן דאָ א סאך, 
נאָר מײַן ליבער ---איינער, 


גיי טרעף 


גיי און טרעף, 
װאָס מאָרגן װועט זײַן--- 
| פול צי ליידיק 

דער בעכער מיט װײַן, 


גיי און טרעף, 
װאָס מאָרגן קאָן געשען; 

א שטומער קאָן אָנהײבן רעדן, 
א בלינדער -- אָנהײבן זען. 


| נאָר זאָל די װעלט / 
שטעלן זיך קאפּויר, 
וועט די לייביכע קײינמאָל 
ניט געבוירן קיין טכויר, 


190 *פן 


פון דאָרף צו דאָרף, 
פון קליין צו גרויס 
געגאן איז א לידל 
טאָג-אײַן, טאָג-אויס, 


באם וועווריק געגעכטיקט, 
באם פיקסל געטאָגט, 

באם װאָלף אף דער פּלייצע 
רײַטנדיק געיאָגט. 


געװאָלט האָט מײַן לידל 
א קוק טאָן אליין, 

צי לייגן זיך שלאָפן 

די קינדער, צי ניין. 


| בא וועמען אף דער עמעס 


די אויגן פארמאכט, 
דעם האָט מײַן לידל 
א ניסל געבראכט, 


191 


192 


צוויי טרערן 


עס האָבן זיך טרערן 
אין וואנדער באגעגנט 
און האָבן אין וועג זיך 
אינגיכן געזעגנט: 


-- אוי, זײַל געזונט, מײַן שװועסטער, 
אוי, שוועסטערקע מיין, 

אוי, וי װועט דײַן אָפּרו 

אצינדערט-אָ זײַן? 


-- מײַן אָפּרו װעט זײַן 
אין אן אומגליקלעך הארץ, 
מײַן וועג איז א װײַטער 
און טרויעריק שווארץ. 


-- אוי, זײַ געזונט, מײַן שוועסטער, 
מײַן שוועסטערקע-לייך, 

און איך װעל מיר זוכן 

מײַן ליכטיקע פרייד, 


און אויב דו װועסט װועלן 
זיך זעען מיט מיר, 

הער אונטער זיך שטיל 
הינטער יעדערנס טיר, 


12--8 


און דאָרט, װוּ װועסט הערן 
געלעכטער און פרייד, 
דאָרטן געפינסטו מיך, 
שוועסטערקע-לייד, 


193 


194 


ביז אזעלעכס האָט 
ניט געטראַפן 


דער, װאָס וויל 
באנאכט ניט שלאָפן 
און ער האלט 

די אויגן אָפן, 
שטערט דעם ביימל 
גרין צו ווערן 

און דער קווייט 

די דופטן מערן, 
שטערט דעם הירש 
באם טײַכל קניען, 
און דער כײַע 

באם שארלען, 

דער, װאָס וויל 
באנאכט ניט שלאָפן 
און ער האלט די אויגן אָפן, 
קאָן דאָס ביימל 
איבערשרעקן, 

וועט עס בלייַבן 

װי א שטעקן, 

און די קווייט 

וװועט זיך פארשליסן 
און ניט וועלן 

פון אונדז וויסן, 


ס'וועט דער הירש 
ניט וועלן קניען 
בא דעם טײַכל 
אין שארלען. 

ביז אזוינס האָט 
ניט געטראָפן, 
לאָמיר בעסער 
שלאָפן, שלאָפן. 


אויך עפּעס װאָס 


א דאָקטער היילט מענטשן, 

א שלאָסער -- דעם שלאָס, 

און דער, װאָס גלעזט פענצטער, 
איז אויך עפּעס װאָס. 


א שטוב אָן א הימל-- 

א מענטש, װאָס איז בלינד, 
א שטוב אָן א שטראלכל-- 
א וויג אָן א קינד, 


א שערער שערט מענטשן, 
א שניטער -- דאָס גראָז, 
און דער, װאָס מאכט מעבל, 
איז אויך עפּעס װאָס. 


א שטוב אָן א טישל-- 
א מענטש אָן די הענט, 
א שטוב אָן א בענקל 
איז הוילע פיר ווענט, 


א גאָלדשמידער מאכט אונדז 
א גאָלדענעם קאָס, 

און דער, װאָס מאכט אויוונס, 
איז אויך עפּעס װאָס. 


106 


א שטוב אָן א בעכער -- 
א יעגער אָן שרויט, 

א שטוב אָן אן אויוון -- 
שמעקט גיט מיט ברויט, 


א שנײַדער נייט קליידער 
פּונקט צו דער מאָס, 

און דער, װאָס מאכט שטיול, 
איז אויך עפּעס װאָט. 


אויב ניט, װאָלסטו, קינד מײַנס, 
מײַן גאנג ניט דערקענט, 

ווען כ'בין אף די טרעפּ נאָך, 
פון יענער זײַט ווענט, 


198 


טאָג און נאכט 


שטייט מײַן טיר 
ניט צוגעמאכט, 
אף וועמען ווארט איך 
טאָג און נאכט? 


מעשוגענער, געשיקט זיך, 
דו ווארטסט נאָך אף איר, 
די שפּעטע ליבע 

זאָל קומען צו דיר? 


װוי גיט מען איר צו וויסן, 
וי גיס מען איר אָנצוהערן, 
אז איך פארמאָג 

א סשערעדע מיט טרערן, 


א גאָלדענעם ווייטעק 
טיף אין הארצן. 
מײַנע קעלערס, 
מײַגע היילן 

ניט אָפּצושאצן, 


דאָרט האָב איך א הימל 
אָן א רעגנבויגן, 

דאָרט האָב איך א פליגל 
אָן א פוינל, 


גאָט מײַנער, 

װאָס שפּילסטו זיך מיט מיר? 
עפנסט 

און פארמאכסט מײיַין טיר, 


200 


קידער-ווידער 


ער האָט געטײַנעט: די וואנט איז װײַס! 

זי האָט געטײַנעט: די וואנט איז שווארץ! 
ער האָט אָפּגערוקט דאָס בענקל, 

זי האָט אָפּנערוקט דאָס הארץ, 


מײַן דראַשעגעשאנק 


טו אָן, מײַן ליבסטע, 
הײַנט אפדערנאכט 

דאָס שטערנטיכל, 

װאָס כ'האָב דיר געבראכט. 


גיב מיר, מײַן טײַערע, 
װישניק א פלאש, 
דערלאנג מיר דעם בעכער, 
װאָס ליגט אין מײַן טאש. 


דאָס שטערנטיכל -- 

מײַן דראָשעגעשאנק -- 
איז געלעגן פארשלאָסן 
אין הילצערנעם שׂראנק, 


ער איז געשטאנען אין אלקער, 
װווּ סיפלעגט בא זײַן לעבן 

אין װועלט פון ראיוינעס 

מײַן זיידעניו שוועבן. 


באם טונקעלן פענצטער, 
האלב װי אין דרימל, 
מײַן מאמע פלעגט זוכן 
א שטערן אין הימל, -- 


201 


מיטן כיין פון דעם טיכל 
זײַנען בלוטיקע װוּנדן, 
וויי, בלוטיקע װוּנדן, 
פארקניפּט און פארבונדן.. 


טרינק איך פאר דיר הײַנט 
דעם װישניק פון בעכער 
מיט ליפּן פארקוילטע, 

וי טרוקענע סעכערס, 


טו זשע אָן, ליבסטע, 
הײַנט אפדערנאכט 

דאָס שטערנטיכל, 

װאָס כ'האָב דיר געבראכט, 


אף דער שוועל 


איך שטיי א פארגליווערטער אף דער שװעל, 
די פרעמדע טיר איז האלב צונעמאכט, 
עפעס פעלט מיר, כ'האָב עפּעס פארלוירן -- 
עמעצער הינטער מײַן פּלײיצע לאכט, 


געווען די באלעבאָסטע שיין און מילד, 
מאָלעיטאם דאָס קינד אף אירע קניעס. 
א קוועלעכל האָט געקלונגען אף זײַנע ליפן, 
שטערן האָבן געצוויטעט אף זײַנע װיִעס. 


װאָס זשע שטיי איך א פארשעמטערן 

קאלטער שווייס פון מיר רינט. 

יאָ, כ'האָב זיך דערמאָנט, דערמאָנט: 

כ'האָב פארגעסן א קוש טאָן דאָס קינד. 


203 


204 


איך וויל זײַן א טרער בא דיר, 
װאָס האָט נאָך ניט געװיינט, 

א שמייכל בא דעם, 

װאָס האָט נאָך ניט געשמייכלט.. 


וויפל זיסקײַט אינעם ברויט, 

ווען מיר עסן וועטשערע, 

און וויפל זיסקײַט אונטער דער הויט 
פון אונדזער קאשע דער הרעטשענער, 


א פויגל בעט א ברעקל זיך, 
טשיריקיטשיריקיטשיריק! 

די קאץ הייבט אָן באלעקן זיך, 
דאָס היגדעלע --א פּיק, 


אזא מין האָניק אין דערין -- 

אין יעדן אונדזער שלונג, 

װאָס מיר צעמאָלן אפן מילשטיין דין 
און ניט מיט דער נארישער צונג, 


205 


206 


װאָלט איך זײַן א רעבע -- 

א גאזלען מיט א טײַטל, 

װאָלט איך לערנען מײַן בעניאָכיד 
ניט נייען זיך קיין בלַטל, 


װײַל טאָמער וואקסט ער אויס 
א יונג--א יונגערמאנטשיק, 
זאָל ער גאָר פארגעסן, 

אז ס'איזן דאָ א קאנטשיק, 


זאָג זשע, ייִנגעלע, אלעף -- אן אָדלער, 
װײַל אן אָדלער טוט הויך פליען, / 
זאָג זשע, ייִנגעלע, בייס ---א בוֹים, 
װײַל א בוים טוט פאר קיינעם 

ניט קנלען,- 


וועסטו אויסוואקסן א שאָף, 
האָב עס גוט אין זינען, 

וועט מען שערן פון דיר װאָל 
און הענטשקעלעך שפּינען, 


וועסטו אויסוואקסן אן אָקס, 
שײַטל האָלץ דו איינער, 
װועט מען אָפּשינדן דײַן פעל 
און אויסמאָקען די ביינער, 


185 


זאָג זשע, ייִנגעלע, אלעף -- אן אָדלער, 
װײַל אן אָדלער טוט הויך פללען. 
זאָג זשע, ייַנגעלע, בייס --א בוים, 
װײַל א בוים טוט פאר קיינעם 

ניט קנלען, 


207 


איינס אין זיקאַרן 


געווען בין איך א פּאַשעטע פארגעבונג אריפמעטישע. 
א קינד האָט מיך געכעזשבנט אין א זומעריטאָג א קלאָרן, 
האָבן כעוורע אים א רוף געטאָן -- קום שפּילן זיך אין פּילקע, 
פּונקט דעמלט, ווען געווען בין איך אן איינס אין זײַן זיקאָרן. 


האלט איך אין איין זוכן זיך און אויספרעגן בא קינדער: 

לעמאנאשעם, צי ווייסט איר ניט, װאָס איז מיט מיר געװאַרן? 

גוואלד, פ'בין דאָך ניט צעכעזשבנט, 

װוּ נעמט מען זיך? קריגט מען זיך! איך דארף אים צום 
סאכאקל, 

דעם איינס, װאָס איז פארבליבן בא דעם קינד אינעם זיקאָרן, 


208 ת יי 


א לידעלע 


איך האָב א צוועקל, 
דו האָסט א האמער, 
דו האָסט א שטיוול, 
איך האָב א פלעקל, 


ווער זשע װעט שטערן אונדז-- 
טריילא-ללי-ללי, 

פארנעמען מיר זאָלן זיך 

מיט שוסטערלי, 


209 


ציגעניו-מיגעניו 
ציגעניו-מיגעניו-גרוי 
דערזען האָט א פורל מיט שטרוי, 


אָקסן געשפּאנטע ניט יאָגן, 
פּאמעלעך זיי שלעפּן דעם װאָגן, 


קוים, װאָס א רעדל זיך דרייט, 
גייט בא דעם װאָגן און גייט 


ציגעניו-מיגעניויגרוי 
און ציפּעט א שטרוי נאָך א שטרוי. 


210 


איך און מײַן קינד 


איינמאָל זאָג איך; 
-- קינד, מײַן קינד, 
װאָס װאָלסטו וועלן 
פארמאָגן אצינד? 


-- טאטעניו, -- זאָגט ער 


און הייבט מיך אָן גלעטן, -- 


פולע קעשענעס 
מיט קאָנפעטן, 


כאָטש ער איז נאָך קליין 
און איך בין שוין גרויס, 
שטעלט אײַך פאָר 

און מאָלט אײַך אויס: 


איינס און דאָס זעלבע 
מיר ווילן אצינד, 

איינס און דאָס זעלבע -- 
איך און מײַן קינד, 


ביזוואנען איך גיי 
און איך שטיי אף די פיס, 
זאָל כאָטש אין קעשענע 
זײַן עפּעס זיס, 


211 


אן אנדער מאָל זאָג איך; 
-- קינד, מײַן קינד, 
װאָס װאָלסטו װועלן, 
אשטייגער, אצינד? 


-- אצינד װאָלט איך װעלן 
וויסן א װאָרט, 

אז װי נאָר מע זאָגט עס, 
זאָל דאָ אפן אָרט 


א פּײַקעלע פּויקן, 

א פידעלע פידלען, 

גאנדז מיט גאנדז 

זאָל זיך אופהערן זידלען. 


גערגעלע-גאָנער 

זאָל באָרװעסערהייט 
א טענצעלע כאפּן 

פון נאכעס און פרייד, 


מײַן קינד איז נאָך קליין, 
און איך בין שוין גרויס, 
שטעלט אליך פאָר, 

און מאָלט אײַך אויס: 


איינס און דאָס זעלבע 
מיר ווילן אצינד, 
איינס און דאָס זעלבע 
איך און מײַן קינד, 


ענטפער איך מײַן טאָכטער 


לאנג שוין צײַט א קינד זאָל שלאָפן, 
נאָר מײַן טאָכטערס אויגן אָפן. 


-- טאטע, -- זאָגט זי, -- טאטע ליבער, 
װאָלסט געקענט א טײַך אריבער, 

ווען דער טײַך איז שטארק א טיפער 
אָן א בריק און אָן א שיפל? 


אויב מע דארף צום ברעג דעם צוייטן, 
איז א מוז א בריק צו שפּרײטן? 


ענטפער איך דער טאָכטער מײַנער: 
-- איך אליין, דער טאטע דײַנער, 
אָן א בריק, דורך הונדערט פײַערס 
בין אריבער, קינד מײַנס טײַערס, 


שלאָגט מײַן טעכטערל מיך איבער:; 
-- אויב א בארג מע דארף אריבער? 
איז א מוז דער מענטש זאָל האָבן 
ארום זיך א שטריק א גראָבן? 


-- גיין, מײַן טאָכטער, ניין, מײַן שטערן, 
ס'איז מיר אויסגעקומען הערן, 


213 


וי א גאנצער פּאָלק סאָלדאטן 
איז אריבער די קארפּאטן 


אָן א לייטער, אָן א שטריק, 
אָן א צוים און אָן א בריק, 


מײַן אלטער פּאלאץ 


אײינמאָל האָט מײַן פעטער, 
דער גוטער וויצנמאכער, 
דער פריילעכער שפּאסער, 
אָנגעהויבן גוואלדעווען, 

פון שווייס אזש א נאסער: 
אוי, כאפּט זי, אוי, הענגט זי, 
אוי, הארגעט און שלאָגט זי, 
די גאזלענטע די פליג-- 

די, װאָס האָט אומגעבראכט 
מײַן פּאלאץ, מײַן גליק, 


אוֹי, װוּ זײַנען די טורעמלעך, 
די פייגל געמאָלטע 
גרויסארטיקע.., 

די וואסערן זיסע 

פון מײַנע פאָנטאנען. 


האָט זיך די שטאָט 

א לאָז געטאָן לויפן, 
געשטופּט און געאמפּערט, 
גענישטערט, געטאפּט, 
און האָבן די פליג 

מיט א ווענטקע געכאפּט, 
און האָבן מײַן פעטער 


215 


א פראגע געשטעלט: 
געקענט האָט א פליג דען 
א פּאלאץ צעברעכן? 

א װװוונדער געצעלט 

געווען איז מײַן פּאלאץ, 
געבויט אין זיקאָרן. 

איז אָט אָדדי גאזלענטע 
געוווירע געװאָרן, 

און כווייס ניט פארווען, 
איך ווייס ניט פארװאָס, 

זי האָט זיך געזעצט מיר 
אונטער דער נאָז-- 

האָב איך מיטן קאָפּ 

א טרייסל געגעבן, 

איז צעוואלגערט געװאָרן 
מײַן פּאלאץ, מײַן לעבן-- 
מײַן פּאלאץ, באמאָלטער 
מיט פייגל און שוואנען, 
אנטרינען,. פארפאלן, 

אוי, מײַנע ליידיקע סעדער, 
גאנעקלעך, טורעמלעך, זאלן, 
ביטערע וואסער פון מײַנע פאָנטאנען. 


טויזנט מאָל שענער 


די שטוב האָט פון יענער, 
פון פאר דער מילכאָמע, 
זיך טויזנט מאָל שענער 
און בעסער באקומען. 


א גראמע, א פרײַע, 
געבאָװוצט גרויסארטיק, 
א שטוב א מעכײע, 
אינגאנצן שוין פארטיק. 


געשניצט די לאָדן 

מיט דריידלעך, מיט עקן, 
וי לעקעך מיט פלאָדן, 
װאָס ליגט אף די בעקן. 


א צימער פאר קליינע, 

א צימער פאר גרויסע, 

וי זאָגן די שכיינים, 

די וועלט לאָזט זיך אויסעט, 


א סעדל מיט פלוימען, 
א ריטשקעלע רינט, 

א האָן אפן קוימען -- 
עס דרייט אים דער ווינט, 


217 


די שטוב האָט פון יענער, 
פון פאר דער מילכאָמע, 
זיך טויזנט מאָל שענער 
אוֹן בעסער באקומען, 


געסט 


איינמאָל האָט דער גרויער האָז 
אויסגעבויט א שטוב אין גראָז, 

און ווען אלץ געווען איז פארטיק, 
האָט ער אופגעראמט גרויסארטיק, 
אופגעראמט און אויסגעקערט 

און א מעלדונג צוגעקלערט: 

פייגל, כליעס, ליבע פרײַנט, 

ס'איז בא מיר א סודע הײַנט, -- 
קומט מיך מיט מײַן שטוב באגריסן 
און פון רײַכן טיש געניסן, 
אָנגעגרײט איז, קיין אײַנהאָרע, 

זיס געבעקס, א טאָפּ ציקאָריע, 
הערינג, לעבערלעך און שלײַען 
און א גאנצער פאס מיט יאיען. 
זײַנען געסט שוין אָנגעפאָרן 

אף פאיעטאָנעס מיט רעסאָרן, 

אלע געסט צופרידן זײַנען 

פונעם עסנווארג, פון װײַנען, 

און דער האָז אזש שלינט פון פרייד: 
-- עסט און טרינקט געזונטערהייט! 
פּלוצעם רופט זיך אָן דער בער: 
-- קלעזמער, שפּילט אונדז אויס א שער! 
און ער טופּעט אהין און אהער, 

וי עס טופּעט נאָר א בער, 


219 


און אין סאמע מיטן טאנצן 
צעוואלגערט ער די שטוב אינגאנצן.. 
לאנג האָט נאָך דער האָז געטרויערט, 
יאָרנװײַז האָט ער באדויערט-- + 
װאָס ניט געװוּסט ר'האָט ביז אהער, 
אז א בער איז פאָרט א בער, 


דער טכויר און דער פוקס 


אונטערוועגנס 
האָט א טכויר דעם פוקס באגעגנט, 

-- פאראנען, זאָגט ער, נעזער אלערליי: 

בא איינעם איז זי קורץ און גראָב, 

באם צווייטן -- לענגער, דינער, 

נאָר װוער איז נאָך אזא מין מאזיק צו די הינער, 
וי איך+ ‏ / 

און פארװאָס? 

װײַל כ'האָב א פּרימעדיקע נאָז! 

א נעזל --אן אנטיקלן 

דו הערסט? 

א הינדעלע דערשמעק איך פאר א װערסט! 

אָט, קום אומיסטן, לאָמיר גיין, 

וװועסטו שוין זען אליין, 


געדויערט עס ניט לאנג, 

זי קומען װוּ מע דארף; 

שטייט טאקע א הינדעלע 
און פּיקט זיך פּראָסע, 


דאָס פיקסל האָט א קוק געגעבן קאָסע, 

וי איינער רעדט: 

דאָס הינדעלע איז טאקע פײַן, גאנץ פעט, 
כ'פארגין אוואדע ניט דעם טכויר אזא מין ביסן, 


221 


נאָר פריער דארף מען זיך דערוויטן, 
צי שמעקט דערינען ניט קיין שפּיצל, קיין 
געפאר, 

צי װויל דאָ עמעצער ניט שטעלן מיך צום נאר?., 

און איידער װאָס און ווען, 

און איידער זיך געכאפּט-- 

האָט א קאפּקאן דעם טכויר געטאָן א פּאק 

און אפן אָרט, גלײַך װי מיט צוועקעס, 
צוגעקלאפּט, 


-- הײַנט זעסטו שוין, מײַן ליבער פרײַנט, -- 
רופט אָן דער פוקס זיך צו דעם טכויר, -- 
װאָס שײַעך נאָז, ביסטו געווען גערעכט: 
א נאָז א גוטע איז טאקע גאָרניט שׂלעכט, 
נאָר צו דערצו, ווען דו װאָלסט סייכל אויך 
| געהאט, 
זאָל מיר דאָס צוקומען, װאָס דיר װאָלט עס 
געשאדט, 


גרינע, געלע, רויטע 


ווען אָנגעטאָן מע האָט ענעקן 
שטיוועלעך א פּאָר ‏ / 
און ארױיסגעלאָזט א קוק טאָן, 
וי די װעלט איז קלאָר, 


האָט א ביימל מיט א ביימל 
פון דערפון גערעדט: 


-- אך, סארא שטיוועלעך, 
שיין און צו דער מאָס, 

פּונקט מע װאָלט זיי אופגענייט 
פונעם גרינסטן גראָז, 


די קװאָטשקע האָט צעקװאָקעט זיך, 
די ציפּקעלעך געזאָגט: 

-- סארא געלע שטיוועלעך 
ענעק-בענעק טראָגט! 


און אינמיצקעדרינען 

צעקרייט האָט זיך דער האָן: 
-- סארא רויטע שטיוועלעך 
מע האָט דעם באָכער אָנגעטאָף 


203 


פון הוידו ביז קוש 


ווען איך זאָל הײַנט ווערן 
דער קיניג פון הוידו ביז קוש, 
װאָלט איך א ביימל מיט פײַגן 
פארפלאנצט אפן טיש. 


געווען װאָלט בא מיר 
א מיניסטער פּאמעראנץ, 
דער שייניילעמיילעך -- 
א טעפּל מיט שמאלץ. . 


געקויפט כ'װאָלט דער מאמען . 

פון גאָלד און פון זילבער א שפּילקע, 
און אליין װאָלט איך שפּילן אין פּאלאץ 
מיט יאנקעלע פּארך אין פּילקע. 


14--8 224 


דאָס גלעקל 


דעם אָקס האָט מען אָנגעטאָן 
אפן האלדז א גלעקל, 
די גרייס וי א ניסל, 
א גאָרניט, א ברעקל, 


און מע װאָלט פון דעם רעדן 
| אפילע ניט דארפן, 
ווען עס נעמט ניט דאָס גלעקל 
דאָס צינגעלע שארפן; 
טילי-טילי-דאך! טילייטילי-דאן! 
סארא שטים בא מיר פאראןן! 


ניט אומזיסט 
האָט מען נעכטן געװאָלט 

באצאָלן פאר מיר 

א זעקל מיט גאָלך! 

װאָס זאָג איך א זעקלן 

א פעסל -- און עפשער נאָך מיין!. 


נאָר ס'הייבט גאָר ניט אָנעט 
דאָס גלעקל פארשטיין, 

אז ווען עס זאָל ניט הענגען 
באם אָקס אפן קארק, 

קאָסט עס א זעקטער 

אפן טײַערסטן מארק, - 


2295 


226 


זיסל מיטן פיסל 


--- דוווירעלע-לעבן, ‏ -- 
זאָגט מײַן שכייגע, -- 
כ'זאָל אזוי נאָך 

הייסן קרייגע, 


דינגט א פורל 
טייקעף, באלד, 
ברענגט א דאָקטער 
כאָטש מיט גוואלד, 


אָדער פאָלגט 
א מענטש א נאר, 


קויפט א פלעשל 


שפּיגינאר, 


װײַל איך זע, 

אז אײַער זיסל 
הינקט הײַנט אונטער 
אף א פיסל, 


-- דוווירע-לעבן, -- 
זאָגט מײַן שאָכן, -- 
כ'זאָל אזוי 

נאָך הייסן נאָכעם, 


דינגט א פורל 
טייקעף, באלד, 
ברענגט א דאָקטער 
כאָטש מיט גוואלד, 


אָדער פאָלגט 

א מענטש א נאר, 
רופט דעם היגן 
וועטערינאר, 


װײַל איך זע, 

אז אײַער זיסל 
הינקט הײַנט אונטער 
אף א פיסל, 


-- דוווירעילעבן, -- 
זאָגט דער ישוסטער, 
אונדזער כאָכעם 

דער באװוּסטער, -- 


אוי, א ווייטעק, 
אוי, א בראָך, 
כ'האָב געלאָזט 
אין שוך א צװיאָך, 


165 


228 


טילי-טילי-דזין 


ביזוואנען מיר האָבן 
זיך אלע איניינעם 
געלערנט צוביסלעך 

אי שרליבן, אי לייענען, 


געקלונגען דאָס גלעקל 
האָט אלע קאיאָר, 
א טאָג נאָך א טאָג, 
און א יאָר נאָך א יאָר; 


טילי-טילי-דזין, 
טילי-טילי-דזין, 


ביזוואנען מיר האָבן 
געלערנט זיך ציילן, 
אף צענערלעך קאָנען 
א הונדערטער טיילן, 


געקלונגען דאָס גלעקל 
האָט אלע קאיאָר, 

א טאָג נאָך א טאָג, 

און א יאָר נאָך א יאָר. 


טילי-יטילי-דזין, 
טילי-טילי-דזין, 


פון זונטיק צו זונטיק -- 
אזוי אלעמאָל, 
ביזוואנען מיר האָבן 
געענדיקט די שול, 


230 


שלאָף, מײַן ייִנגעלע, שלאָף, מײַן כײַעס, 
שלאָף אײַן אין דײַן בעטל דײַן קלאָרן, 
אינגיכן װעט קומען אף א באָקסער 

א כאָלעם א זיסער צו פאָרן, 


וועט ער אונדז ברענגען פון לאָקשן א קרוין 
און א רינג פון א קאָרענעם טייגל, 

געפּרעגלטן שניי און געזײַערטן ווינט, 

דעם רייעך פון א קניש און די לאָך פון א בייגל, 


שלאָף, מײַן ייַנגעלע, שלאָף, מײַן כײַעס, 


| מאך צו דײַנע קלאָרע אויגן, 


ער האָט ניט ליב, אז מע זאָל אף אים קוקן, 
דער נישט-געשטויגן און נישט-געפלויגן. 


ווער מיר שניי 

און װאָס מיר זליווע, 
ווער מיר היץ 

און װאָס מיר קעלט -- 
אײַ, װוי גוט איז, 

אײַ, װוי גוט איז, 

טאקע לעבן 

אף דער וועלט, 


גייט א שניי 

צי גייט א רעגן, 

איז א היץ 

צי ס'איז א קעלט -- 
אײַ, װי גוט איז, 

אײַ, װוי גוט איז 
טאקע לעבן 

אף דער וועלט, 


231 


232 


אויסגעקריצט אף 
א מאצייווע 


געבוירן איז ער 

א פארטיקער זאָקן, 
מיט טיפע קאלאָשן, 
מיט װאָלענע זאָקן, 


זליוועס און רעגנס 
אים האָבן געבאָדן, 
געפירט האָבן װוינטן 
מיט אים קאראהאָדן. 


פונקט צו די פופציק -- 
אָנגעהױבן גיין, 
פּונקט צו די זעכציק -- 
געביטן די ציין, 


און דאָ ניט לאנג, 

שוין ריין פון זינד, 
געשטאָרבן איז ער 
וי א פּיצעלע קינד, 


א לויב צו דיר, לעבן 


פאר דעם שוין אליין 

א לויב צו דיר, לעבן, 
װאָס דו האָסט א העמד 
ניט פארגעסן מיר געבן, 


און טאָמער איך פלעג עס 
צעפליקן, צעשינדן, 

איז נאָר צוליב יענעמס 
א װוּנד צו פארבינדן, 


165 


233 


א ינ ה א ל ט 


ל ע װו אָז ע ר אָ װו. שיקע דריז און 


די ערד איז שיין 


די ערד אין שיין . . . . 
אלך, מענטשן . . . . , 
באם סאמע דניעפּער . . . 
מײַן קאָפּ אין גראָר. ‏ . , 
לעגינס זייגערל . . . . . 
אין לענין-סקװער . . . . 
װוּ איז אונדזער יאם . . . 
,דער בוים אינעם וואלד.." 
אוי, מאמע, מאמע! . , . 
קגופּן ‏ . . . . . . . , 
וי איז דעם שליסל . . . 
װאָס הייסט מילכאָמצ . . 
טיכעלעף . . . . . . , 
קװײטן . . . . . . . , 
די מוטעל . . . . . . , 
װאָס זשע וויינסטו, בערעלע? 


2234 


זײַן דיכטונג 


פון דוירעס צו דױרעס . . . . + + + 6 . . . 40 
דאָס וועגעלע . .+ . + . + + + + + 6 .א 6 6 6 42 
אונטערוועגנס . + + + + 6 + 6 א 6 6 6 .8 2 45 
װען די שטאָט אין באלאגערט . + + . . . . . 460 
אדאָלף דער צוייטעל . . + + + א + + .א . . . /4 
אונדז, די זעלנער . . + + + + + + 6 6 6 6 6 48 
שוועסטער און ברידעףה . . + . . . . . . . . 50 
.שוין פון דרינען, שוין פון דרינעןף.* . . . . . 52 
שיף זיך, שיפל . + + + + + + + + א 6 . . . 55 
דערמאָנונג ‏ . . + + + + + + 6 6 6 . 6 . . 5 
טײַערער פון א רינגל + + + + + . . . . . . 58 
א מײַסע מיט א בריו' . .+ + + + + + . .א 6 . 61 


די אויגן פון בוים 


מײַנע קוייטן . . + + + + + + 6 .6 6 . .2 05 
בלעטעף ‏ . . + + + + + 6 6 6 6 6 6 6 6 6 60 
מײַן פּאפּירענע קרוין + + + + + + + 6 6 6 6 . 68 
דער בוים . . + + + + + 6 6 6 6 6 6 6 8 .2 09 
אוועק װעט דער װינטע .+ + + + + . . .6 . . 70 
ווען איך זאָל אלט זײַן זיבן יאָר + . . . . . . 71 
ביימער מיט זילבערנע שי . . . . . . . . . 712 
בא דעם יאם . . + + א 6 6 6 6 6 6 6 6 8 . 74 
צװישן סטרוושקעס + .+ + + + + . .א . .6 . . 75 
הארציקע גרוסן . + + + + + )א 6 .6 6 .8 8 2 7ך 
די ארמענישע נאכט . . . + + + . . . 6 . .2 18 
א שטיין אין גאָרטן . .+ + + . + + . . . . 2 80 
ווען איך זאָל זײַן א קיגיג . + .+ + . . . . . , 81 
קאל זײַן . . . + + + + + ) 6 6 6 6 6 .8 2 82 
וויַאזוי די קראָ אין געװאָרן שווארץל . . . . . . 82 
פארװאָס הייסט דער פּאָפּוגײַ פּאָפּונײַ . . . . . . 84 
דער העלפאגד . + + + + + + + 6 6 6 6 6 6 86 
ניומע .+ + + + )א + 6 6 )א 6 6 6 6 6 6 6 2 89 
דאָס קגײַלעכל װאָל . .+ + + + + + . 6 . . 2 91 


235 


דעם פידעלעס נעשאָמע 


דעם פידעלעס נעשאָמע . , 
מײַן פידל + . . + . . , 
דער מײַסטער פון פידלען , 
די שײיגהײַט . . + + 6 . 
וועגן א שטיקעלע ליים . . 
פון יענער זײַט כאָלעם . . 
דער וואלדיזייגעל . . . , 


,און טאָמער װילסטו וויסן, קינד, מײַן קינד.. ? 


מײַן אלטער פּרײַנט . . , 
דער פינגערהוט. + + . . 
טיקיטאק 3 9 + + 4 9 :: 


9 


: 


+ 


+ 


1 


5 


: 


: 


5 


3 


;אוי, א ווייטעק אין מײַן הארצן..." 
,אל, ילנגעלעך, אלי, מיידעלעך.." . 


הערט א מײַסע, הערט א געשיכטע 


זיבן העלפאנדן .+ + . . , 


: 


,דער קװאָטשקעס א פעדער,.? 


דײַגעס . . . + . . . , 
קאץיאוימוי . . . . , 
גאם זו לעטױװע . . . . 
א קארב . . . + .6 , 
קיין פּעטרישקע ניט װערט . 


: 


'( 6 


1 


ג: 


ֿ 


4 


ג 


3 


+ 


ג 


: 


א מײַטעלע וועגן דעם, װאָס ס'איז שוין 


דעם קיגיגס צעפֿל . . . . 
די שטרויענע פּריצע . . . 
די װעלט אין א כאָלעם . . 
מײַן יערושע . . . . . , 


מײַן זיידנס בוך . . . . 
מײַן זיידע רעב ייִצכאָק . 

,װילסטו -- וויין.." ‏ . . . 
מאמעליגע + . . . 6 , 
אין פאריזש . . . . . . 


236 


: 


+ 


9 


3 


11 
103 
104 
107 
108 


109 


111 
113 
115 


117 


119 
10 
121 
122 
124 
10 
17 
128 
109 
111 
16 
141 
144 
11 
149 
150 
151 
153 
155 
157 


158 


מע זאָגט .+ + + + 6 


דער ריקשע . . . + + .א ג . 


ווידער פארליבט 


וואגט ניט 3 : 5 :: 4 
קראָסנע ‏ + + + + 6 


עטלעכע װערטער צו מײַנע לײיענער 


צוויי ברעטעף . . 
די שי . + + א , 
קאיאָר ר יי יי 
מיט װאָס באצאָלן . 
טיי מיט שטערן . . . 
צום זון + + . . 

א זון מיט א רעגן , 

,טאָמער געפינסטן..? 
די װאָגֿ ‏ . + . . . 
װאָס װוּ איז באהאלטן 
זשוטשקצ . + . . . 
,זיגט אין א טלַך.." . 
טעג פון גרויסן שװײַגן 
כ'ווייס ניט ‏ . . . . 
כאגעלצ ‏ . + + .6 . 
א װאָלעכל. . . . . 
מײַן שייגער ‏ . . . 
גײ טרעף + . . . . 
,פון דאָרף צו דאָרף." 
צוויי טרערן . . . , 


3 


+ 


+ 


+ 


ֿ 


3 


9 


3 


4 


3 


5 


9 


ביז אזעלעכס האָט ניט געטראָפן 


אויך עפּעס װאָס . . 
טאָג און נאכט . . . 
קידער-ווידער + א 2 
מײַן דראָשעגעשאנק . 
אף דער שװעל . . . 


: 


3 


: 


1 


+ 


9 


3 


1 


3 


ֿ 


9 


3 


3 


4 


+ 


159 
10 


163 
164 
16 


108 
169 


10 
11 


12 
173 


175 
16 
17 
178 
19 
180 
181 
182 
183 
185 
186 
10 
11 
12 
144 
16 
198 
200 
201 
203 


237 


,איך וויל זײַן א טרער בא דיר.." . . . , 
,וויפל זיסקײַט אינעם ברויט.." . . . . , 
,װאָלט איך זײַן א רעבע.." . . . . , , 
איינס אין זיקאָרן . . . + . 6 6 6 6 , 
א לידעלע ‏ . . . . .א א א א .א 
ציגעניוימיגענין " יי יי יי א 
איך און מײַן קינל . . . . . .6 . ; 
ענטפער איך מײַן טאָכטער . . . . . . . 
מײַן אלטער פּאלאץל . . . + .6 6 . , 
טויזנט מאָל שענעה . . . . . . . . , 


געסט 9 + ֿ :: :: + : : 3 : 1 ֿ :: 1 


דער טכויר און דער פוקס + + + + + . . 
גרינע, געלע, רטע . .+ . + + + + 6 , 
פון הוידו ביז קוש + + + + + + + + 6 2 
דאָס גלעקל . . + . + א א א 6 א 6 6 
זיסל מיטן פיסל . . . + + + + . . , 
טילי-טיליידזין ‏ . + + + + + א 6 6 . ) 
,שלאָף, מײַן ייִנגעלע, שלאָף, מײַן כײַעס.." 
גווער מיר שֹׂבֿילאיי? ‏ + + + + + )א 6 6 0 
אויסגעקריצט אף א מאצייװװע + + + + . , 
א לױג צו דיר, לעבן .+ + + + . . . , 


אין דער אויספאָרמירונג פונעם בוך 
האָט דער קינסטלער אויסגענוצט אײני 
קע געמעלן פון שיקע דרי 


שיקע דרין 
הארבסט 


מ,, ,סאָװועטסקי פּיסאטעל", 1978, 240 זײַטן 
ארו{יסלאָזיפּלאן פון 1978 י. נומ. 304 
קינסטלער ש. װערכאָווסקי 
רעדאקטאָר א. גאָנטאר 
קינסטלערישער רעדאקטאָר ד. מוכין 
טעכנישער רעדאקטאָר אי. מינסקאיא 
קאָרעקטאָרן א. סטרעלניק, כ. פּאָטאשניץ. 


אינפאָרמאציע-ביולעטען נום. 413 


אָפּגעגעבן אין זאץ 06,03.78, אונטערגעשריבן 
צום דרוק 1408:8. פאָרמאט 102490*/42, 
טיפּאָגראפיש פּאפּיר נומ. 1. הויכדרוק. בא" 
דינגלעכע דרוקבויגן 878. פארלעגערישע 
דיסקאָנטיבויגן 621. טיראזש 1500 עקוי 
באשטעלונג נומ, 218. פּרײַז 75 קאָפּ. פארלאג 
,סאָװועטסקי פיסאטעל". מאָסקװע 1769 
װאָראָווסקייגאס, הויז נומ. 11. באלױנטע 
מיטן אָרדען פון דער רויטער ארבעטס-פאָן 
מאָסקװער טיפּאָגראפיע נומ. 7 ,איסקרא רע- 
װאָליוצ;ל? פונעם ,סאַיזפּאָליגראפּפּראָם? 
באם מעלוכישן קאָמיטעט פונעם מיניסטאָרן- 
ראט פון פססר איבער די איניאָנים פונעם 
פארלאג-וועזן, פּאָליגראפיע און בוךיהאנדל. 
מאָסקװע 1*19, אקסאקאָװיגעסל, הױז 
נומ, 13, 


86 6401811 46041411 0600 אק 11 
46086ט 46840100006 0002630684 


0. 2 036 


2103 08666604) 08064) 
פמעטעסס 
(436146 66060408026 46) 


,240 .מדס 1978 , למח216סעח 600861082/4 .24 
204 טא .ז 1978 גאסצחזעם 1172 
44 ח א ס מ ס א 60 8 .6 .0 אעמאנסת/2?6 
יע ק 4 זט ס 1 .10 .2 267882000 
.8 ע א צ 4 .6 .21 0סעאגהסם .אנסתצ 2 
44 2 א ס זז ח 4 .24 .11 00עא28סם .168 
0} חע ח מ ח 6 טי 6 .ם .2 זמק0ס?אס4020 
א א גע 2 דס 11 א .גס 


83 פא מזש 


-סת א 0440ע11020 .06.02:8 2860 8 024880ס 
82 אצם +709690/8 עגאמסש ‏ 1408278 עזגהט 
.8,/8 .466 .ח0ש .מעגטסח 80100424 .{ פֹאן .תעד 
3 943 1000 אנ8מע1 6,219 יח גתבת-.טצ 
-460861 1132216080280 .חסא 798 1162 .218 לֵא 
-30008 +.חץ 1-069  1400482‏ עמח6עגסעת 0444 
-322 160206240200 סתסםמסתצ2ק1 60028682 .11 ,סעסאס 
8 /טֹא. אע )26טתנסהעך 84ג210080808 זזנסזע 
קח 822 זאסמװ20טזעה0ת40:0103 קנע ע סנה 680 
-עוע)! 608612 616דעאס,! א0ס84ג100978800186 
-עחאסת ,243221672018 אגחס2 סח 6060 0008 
19 ,1740064884 .עחאמסעמסע /סגאנעטא ע עען2ק? 

| 134 ,206884082 .קסת